3 5 25 | Page 201

וואס איז מיט דיר ? פארוואס ביסטו אַ‏ נדערש ? “
ריטשארד האט אריינגעשטאכן צוויי שארפע בליקן אין דוד ' ן אריין , אזוי אז דוד האט געפילט ווי ריטשארד האט טאקע גענומען דעם שווערד וואס ער האט אלעמאל צו דער האנט און אים געשטאכן דערמיט .
“ אנטשולדיג מיר , ריטשארד . באמת , אנטשולדיגט . כ ' האב נישט געמעגט רעדן אזוי – נישט אויף אונזער חשוב ' ן קעניג , און נישט אויף זיין טייערן קרוין-פרינץ . עס דערשרעקט מיך ווען איך טראכט וואס איך האב געטון . זיי מיר מוחל !”
ריטשארד איז געבליבן הארט און קאלט פאר א לאנגער מינוט , און דאן האט ער זיך מייסטערהאפטיג צוריקגעטוישט צום פריינטליכן ריטשארד .
“ דוד , דו מוזט זיך היטן . אויב פאַ‏ ר ' ן פוגם זיין אין מיין כבוד קומט דיר שלעק , וועט דיר מיין טאטע איינפאך אראפנעמען דעם קאפ – נישט קיין חילוק צי ער ווייסט ווער דו ביסט אדער נישט – אויב דו חוצפה ' סט זיך אזוי .
“ איך האב דיר טאקע געוואלט אנזאגן : אין פאלאץ זאלסטו נישט מאכן קיין קונצן . וואס דער קעניג הייסט , פאלגט מען , אויך אויב וואס ער הייסט איז גענצליך אין קעגנזאץ צו דער אידישער רעליגיע , ווייל אז נישט ביסטו אין א לעבנס-‏ געפאר .”
“ איך האב גרויס שעצונג צו דעם וועם גאט האט געבענטשט צו פירן דאס לאנד , און איך וועל זען אלעס צו פאלגן . אבער אויב ער וועט מיך הייסן טון געוויסע זאכן וואס זענען אין קעגנזאץ צו מיין גלויבן , אָ‏ דער טוישן מיין גלויבן , וועל איך אים בעטן ער זאל מיר טון א חסד און הרג ' ענען אנשטאט דעם ."
ריטשארד האט פארביסן זיינע ליפן . “ שוין לאמיר האפן אז ער וועט קייינמאל נישט געוואויר ווערן אז דו ביסט א איד , און עס וועט קיינמאל נישט צוקומען צו דעם . איך וויל נישט מיטהאלטן א פארמעסט צווישן דיר און מיין טאַ‏ טן וועלכער איז אַ‏ גרעסערער עקשן ווי דו .”
דוד האט זיך צולאכט .
“ ס ' איז יענער וויץ . שוין , לאמיר רעדן ערנסט .”
ריטשארד האט געזוכט אין זיינע טעשער , און ער האט געגעבן פאר דוד ' ן א שטיק פארמעט . “ איך האב געשריבן און גע ' חתמ ' עט אז איך גיב דיר רשות אריינצוקומען אין קעניגליכן הויף . דאס איז אין פאל מיר וועלן צעטיילט ווערן
ביי דער אויפנאמע . ביים קומענדיגן מאל מיר שטעלן זיך אפ , וועסטו אנטון די קליידער וואס איך האב צוגעגרייט . ביים אנקומען אין פּאַ‏ לאַ‏ ץ וועל איך דיך פאָ‏ רשטעלן פאר מיין טאטן אלס מיין חבר סטעפאן אלבערט , דער זון פון איינעם פון די אדללייט ביי וועם איך בין איינגעשטאנען . איך וועל אים זאגן אז עס האט מיר אויסגעפעלט א חבר וועלכער איז איידעלער ווי די אלע פויערן , האב איך דיך צוגעשטעלט צו דער גרופע אפילו דו ביסט נישט פעאיג צו קעמפן ; און דאס איז טאקע די סיבה פארוואס איך האב דיך מיטגעברענגט אהיים . ווייל מיט די קעמפער אליין האסטו דאך נישט וואס צו טון , האב איך געטראכט דער טאטע וועט הנאה האבן פון אזא קלוגן בחור ווי דו ביסט .”
א שוידער איז אריבער אויף דוד ' ס קערפער הערנדיג די ווערטער .
“ טרייסל נישט אזוי סטעפאן אלבערט . ביסט א קלוגער בחור און איך בין זיכער מיין טאטע וועט הנאה האבן פון דיר . ממילא וועסטו גלייך דערנאך ארויפגיין צו מיר אין צימער . דארט וועסטו איינשטיין ; וועסט זיך קענען דרייען פריי אין פאלאץ . אבער מיין טאטן וועסטו נישט אנטרעפן אפט . דער פאלאץ איז ריזיג גרויס , און אריינגיין וואו דער קעניג איז , קען מען נאר מיט רשות .”
אין הויפטשטאט איז געווען יום טוב אינדערוואכן . די בירגער האבן זיך דערוואוסט אז זייער באליבטער קרוינפרינץ קומט צוריק און זיי האבן גערייניגט די גאסן און עס באצירט מיט הערליכע בלומען און שמעקעדיגע בשמים . אין דער באשטימטער צייט זענען פיל בירגער געשטאנען אין די הויפט גאסן , ווארטנדיג מיט שפאנונג נאכאמאל צו זען דעם קרוינפרינץ נאכדעם וואס ער איז אפוועזנד געווען אזוי לאנג .
דוד האט געפילט ווי ער איז נישט זיך . ריטשארד האט אים צוגעשטעלט אן ערשטקלאסיגער פארשטעלאכץ ; ער איז געווען אנגעטון ווי א פריצ ' יש קינד מיט טייערע קליידער . צו זיין מזל איז דער קלייד געקומען מיט א פאסיגן היטל , האט ער נישט געדארפט ארומגיין מיט א הוילן קאפ . די ציצית האט ער טיף פארשטעקט און ריטשארד האט אים געווארנט מיטן לעבן אויב זיי וועלן חלילה ארויסקריכן .
דוד האָ‏ ט געריטן אויף א ווייסן פערד , א פאר טריט הינטער ריטשארד . פאר זיי זענען געפארן א גאנצע סוויטע פון קעניגליכע שפילער און האבן געשפילט א מארש ; הינטער זיי האבן געריטן א גרויסע צאל וועכטער אנגעטון אין הערליכע מונדירן ; ביי די זייטן זענען געשטאנען פיל בירגער , זיי האבן זיך צוגעקוקט און פרייליכערהייט געפאטשט צום ריטם פון
718.599.3444 March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 201