3 5 25 | Page 200

דעם מארש .
דוד האט נישט אויסגעהאלטן דעם מצב ארום אים . ער האט געכאַ‏ פּט אַ‏ בליק אויף ריטשארד און געזען ווי ער זיצט מיט א גראָ‏ דן ריקן , זיין שווערד בליטשקעט פון דער זייט , און עס זענען אויך צוגעקומען א פרינצלעך האלבער קרוין וואס האט געבליטשקעט פון זיין קאפ ; זיינע הענט האבן לייכט אנגעהאלטן די לייצעס פון די פערד , און ער האט געקוקט גראד אין דעם האריזאנט אריין . פון צייט צו צייט האט ער געשאנקען א שמייכל פאר איינעם פון די פארזאמלטע , ברענגענדיג יענעם ארויסצוגיין פון די גלייזן פאר פרייד .
פלוצלינג האט זיך דוד געפילט אזוי איינזאם ; א יונג , אידיש בחור ' ל , פארווארפן אין דער הויפטשטאט וואו עס געפינט זיך נישט קיין איד ; געקומען צו פארן מיטן קרוינפרינץ וואס האט דא טויזנטער זאכן וואס זענען פיל וויכטיגער ווי ער .
ווען זיי זענען אנגעקומען אין פאלאץ איז ריטשארד דורכגעפארן דעם טויער אָ‏ ן א בליק טון צו דער זייט פון די וועכטער . ווען דוד האט אים פראבירט נאכצוטון , האבן אים די וועכטער אפגעשטעלט פארמאכנדיג די טיר פאר אים . דוד האט אפירגעזוכט דעם פארמעט וואס ריטשארד האט אים געגעבן , און צו זיין דערלייכטערונג האבן אים די וועכטער דורכגעלאזט .
ביים צווייטן טויער האט דער וועכטער געליינט דאָ‏ ס צעטל און צוגערופן אן אנדערער וועכטער . יענער האט איבערגענומען זיין פערד און עס געגעבן פאר א דריטן וועכטער , און דאן האט ער אים געוויזן צו ווארטן אין א הערליכן זאל .
דוד האט זיך ארומגעקוקט אויף די פּראַ‏ כטפול-באצירטע ווענט ; אויף דער ערד און טיש וואס איז געווען אויסגעהאקט פון הערליכע שטיין . די שיינקייט האט אים געשווינדלט , און ער האט געציטערט פון וואס קומט באלד .
ווען דוד האט שוין פארלוירן דעם חשבון פון צייט , ארומקוקנדיג זיך אויף דער פראכט ארום אים , האט אים א דינער געפירט איבער הערליכע לאנגע קארידארן צום היכל המלך .
דוד האט אריינגעטרויטן אינעווייניג און עס האָ‏ ט זיך אַ‏ נטפּלעקט פאַ‏ ר אים א הערליכער שטול געבויט פון גאלד , זילבער , בריליאנטן מיט הערליכע רויטע סאמעטענע סחורה אינמיטן . אויף דעם איז געזעסן דער קעניג מיט א בליטשקעדיגן קרוין אויפן קאפ .
דוד האט זיך טיף איינגעבויגן און שטיל געמורמלט די ברכה " שחלק מכבודו למלך בשר ודם ".
“ פרידן צו דיר , סטעפאן אַ‏ לבערט ,” האט דוד געהערט דעם קעניג ' ס פעסטע שטימע . “ ווי איך הער ביסטו געווען דער וואס האט באפרייט מיין פרינץ פון זיין גייסטישער ענגשאפט ?”
“ איך האב געהאט דעם כבוד אזוי צו טון , הער קעניג ,” האט דוד געענטפערט מיט ערנפארכט .
“ געבענטשט זאלסטו זיין . איז ביסטו געווען צוגאסט אין דעם לאגער אָ‏ ן זיין א טייל פון די מושטירונגען . א דרויסנדיגער זעט צומאל מער ווי אן אינעווייניגסטער . וואס זאגסטו , וואו האלטן די מושטירונגען ?”
“ אויסגעצייכנט , הער קעניג . מיט אזא מאכטפולע ארמיי קען דער קעניג אייננעמען די גאנצע וועלט . נאָ‏ כדערצו ווען עס ווערט געפירט דורך דעם פרינץ ריטשארד וועמען די אינגען האבן אזוי ליב , איז נישט קיין שאלה אז זיי וועלן גיין נאך אים אין פייער און אין וואסער ביז א פולקאמען זיג .”
“ א דאנק דיר פאר די גוטע גריסן ,” האט דער מלך
פארענדיגט און זיך צוריק אויסגעדרייט צו ריטשארד . דוד האט זיך אפגערוקט אין א זייט .
דער קעניג האט געגעבן א לאנגן שארפן בליק אין דוד ' ס ריכטונג , דאן האט ער זיך געקערט צו זיין זון .
“ ריטשארד , זאג מיר נישט אז דו האסט פארגעסן ווער דיין טאטע איז אין דעם איינס-א-האלב יאר וואס דו ביסט אפוועזנד געווען . פאר מיר האסטו געוואלט פארקויפן א מעשה אז ער איז א זון פון אן אדלמאן ?! האסט פארגעסן ווי שווער עס איז אויסצונארן דיין טאַ‏ טן ?! ליגנט פארן טאטן אין פנים ?!”
ריטשארד איז בלאס געווארן .
“ קום נענטער , ריטשאַ‏ רד ,” האט דער קעניג באפוילן . און ריטשארד האט געפאלגט – אַ‏ זוי אונטערטעניגט ווי דוד האט אים נאך קיינמאל נישט געזען .
“ יעצט קוק א מינוט אויף דער זאך פון דיין טאטנ ' ס קוק-‏ ווינקל .” דער קעניג מיטן קרוינפרינץ האבן געקערט זייערע בליקן צו דוד , און דוד האט געמיינט אז ער צעגייט באלד ווי א זייפן-בלאז .
“ קוק אויף דעם בחור ' ל – אַ‏ דאַ‏ רע , קליינע געוואוקס . ער איז נישט געוואוינט צו קיין רייכע סעודות .
200 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444