3 5 25 | Page 199

" קוק אויף זיינע הענט . מען זעט אויף זיי אז ער ארבעט מיט זיי שווערע פיזישע ארבעט , און דאך האסטו מיר מודה געווען אז געווער קען ער נישט האלטן . א פריצ ' יש קינד וואלט געווען פונקט פארקערט .
" און אפילו מיר וועלן נישט קוקן אויף די אלע סימנים , האסט געזען מיט וועלכע שטרויכלדיגע טריט ער איז אריינגעקומען ? מיט וועלכע פחד און אמת ' דיגע הכנעה ער האט זיך געבויגן ווען זיינע ליפן ציטערן ? דו האסט אמת ' דיג געמיינט אז דיין טאטע וועט גלייבן אז ער איז געוואוינט צו זיין מיט א רעספעקטפולן פערזאן ? אז ער איז דער זון פון א פירער ?!
אבער ביסט א גוט קינד . איך ווייס פארוואס דו האסט עס געטון , ריטשארד . האסט געזען אין אים א חן וואס דו וואלסט נישט געטראפן ביי קיין שום אנדערער חבר . איך פארשטיי דיך . זאלסט נאר געדענקען א צווייט מאל צו זיין אביסל מער אמת ' דיג מיט דיין פאטער ...” האט דער קעניג פארענדיגט מיט א ציפעדיגער שטימע .
דער קעניג האט געוואונקען צו איינעם פון די היטערס . “ טראג אים אריבער צום קרוינפרינצ ' ס צימער ,” האָ‏ ט דער קעניג באפוילן איין דינער און די איבריגע היטער זאלן ארויסגיין . דאן האט דער קעניג פארענדיגט דעם חשבון מיט זיין פרינץ צווישן פיר אויגן .
דוד איז נאכגעגאנגען דעם היטער מיט וואקלדיגע טריט ; ער האט שטיל געמורמלט א דאנק פאַ‏ ר ' ן האר פון דער וועלט אז ער ווערט נישט געפירט צום גרוב .
נאך א לאנגן וועג צווישן ענדלאזע קארידארן וואס בליטשקען מיט גאלד און שפיגלען , האט אים דער היטער געוויזן אויף א צימער און דוד איז אריין .
דוד איז אריינגעפאלן אין דעם נענטסטן שטול , און ער האט זיך פרובירט צו בארואיגן קוקנדיג אויף דער מאיעסטעטישקייט פון דער שטוב .
די ווענט פון שטוב זענען געווען באהאנגען פונעם דאך ביז דער ערד מיט הערליכע שווערע בלויע סאמעטענע פורהאנגען . ביי איין וואנט , פונקט אינמיטן , איז געשטאנען א ריזיגער בעט , די ברייט כמעט אזוי גרויס ווי די לענג . אויפן בעט איז געווען אויפגעצויגן טייערע ווייכע בעט-געוואנט , געוועבט פון הערליכע ליכטיגע בלוי-און-ווייסע סחורה . ביי די עקן פון דעם בעט איז געווען נאך א בלויער סאמעטענער פורהאנג , גרייט צוצומאכן ארום דעם בעט ווען דער פרינץ לייגט זיך שלאפן .
אין שטוב איז אויך געווען א הערליכע קליינע טישל געשניצט פון טייערע טונקל-ברוינע האלץ , און אפאר שטולן . די ערד איז געווען אויסגעפלאסטערט מיט טייערע בלויע סאפּיר שטיינער , וועלכע האבן שטומערהייט געמאלדן איבער דעם אָ‏ בנאָ‏ רמאַ‏ לן רייכטום פון די מענטשן וואס וואוינען אין דעם ארט . פון דאך האָ‏ ט געהאנגען א הערליכער אויג-פארכאפנדער זילבערנער הענגלייכטער פון וועלכע עס האבן געהאנגען פילע בליטשקעדיגע אויסעאיידלטע בלויע מינעראל שטיינער ; אינעם הענגלייכטער האבן געברענט פיל ליכט וועלכע האבן פארשפרייט א שטארקע גאלדענע ליכטיגקייט אין צימער . חוץ פון דעם איז אויך געווען א הערליכער גרויסער פענסטער פון וואו ווארעמע זון-שטראלן האבן אריינגעשיינט דורכן טאג .
ווען דוד האט זיך געהאלטן ביים אויפשטעלן קוקן וואס מען זעט פון פענסטער , איז ריטשארד אריינגעקומען . דוד האט זיך אויפגעשטעלט פאר אים , אבער ריטשארד האט אים געוואונקען זיך צוריק צו זעצן . ריטשארד האט אויסגעטון זיין פרינצלעך קרוין און שווערד און דאָ‏ ס געשטעלט אויף א קליינע פאליצע און הענגערל וואס האבן זיך קונסטליך ארויסגעשטעקט פון וואנט דורך די פורהאנגען . דאן האט זיך ריטשארד צוגעזעצט אויף נאך א קאנאפע נעבן דוד .
“ דוד , די מעשה האט מיר כמעט געקענט קאסטן דאס וואס אנטלויפן האט דיר געקאסט .”
דוד האט אויפגעשוידערט . “ אמת ' דיג ? אוי , אנטשולדיג מיר ריטשארד אז איך מאך דיר אן אזויפיל פראבלעמען .”
ריטשארד האט לייכט געשאקלט זיין קאפ . “ דו מאכסט מיר נישט אן די פראבלעמען ; איך האב דיך געהייסן מיטקומען .”
עס איז געווען שטיל א מינוט . דאן האט זיך דוד דערוואגט צו פרעגן , “ אז דיין טאטע דערשמעקט דעם אמת אזוי לייכט , וויאזוי האסטו נישט מורא אים נישט צו דערציילן אז איך בין א איד ? דארפסט ווען אריינגיין צו אים פריוואט , אים איבערבעטן , און מודה זיין אויף דער גאנצער מעשה . בעסער ווי ער זאל אונז כאפן ...”
ריטשארד האט צוגעמאכט זיינע אויגן צו צוויי קליינע שפאלטן און געקוקט דורך זיי אויף דוד . “ דו ווילסט זיך טרעפן אויף די גאסן פון הויפטשטאט אן א פרוטה צו דער נשמה ; אדער אין פינסטערן גרוב אין הינטערשטן הויף ; אדער אפשר גאר אין קבר ?”
דוד האט געשוויגן .
718.599.3444 March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 199