3 5 25 | Page 198

“ זאג מיר , פארוואס האסטו זיך אזוי דערשראקן ווען איך האב דערמאנט דעם גרוב , מער ווי ווען איך האב גערעדט פון טויט שטראף ?”
דוד האט אראפגעקוקט אויף דער ערד . “ מיין פעטער מיט זיין ווייב און דריי קליינע קינדער האבן געענדיגט זייער לעבן דאָ‏ רט ,” האט ער שטיל געזאגט .
ריטשארד האט אוועקגעקערט זיינע בליקן און גארנישט געזאגט .
די דינער פון פאלאץ האבן אריינגעברענגט אין ריטשארד ' ס צימער נאך א באקוועמען בעט , נאר האלב אזוי גרויס ווי ריטשארד ' ס און אן פורהאנגען . דוד האט אויך באקומען אן ארט אין דער גרויסער שאפע וואו דער פרינץ האט געהאלטן זיינע זאכן , און ער האט זיך דארט אויסגעפאקט . ער האט זיך בכלל נישט געפילט באקוועם זיך אריינצוזעצן אין דעם פרינצנ ' ס פריוואטע ווינקעלעך . ער האט אבער נישט געקענט אויסוועלן אליין וואו צו שלאפן .
ריטשארד האט פארברענגט רוב טאג מיט לאנגע זיצונגען מיט הויכע מלוכה לייט , אדער מיט אויפנעמען חברים מיט וועם ער האט זיך שוין אזוי לאנג נישט געזען , פאר אזוי לאנג .
דוד האט ווייטער פארברענגט זיינע טעג לערנענדיג און חזר ' נדיג . ער האט פראבירט אנצוהאלטן יעדן טראפ תורה וואס ער האט געלערנט ; אז ער קען נישט ווייטער שטייגן , זאל ער כאטש דאס וואס ער קען שוין , גוט ארייננעמען אין זיך .
דוד האט זיך געמעגט פריי באוועגן איבער אלע טיילן פון פאלאץ . ער האט זיך אבער געפילט זייער אומהיימליך , בפרט ווען ער פלעגט באגעגענען ריטשארד ' ס אינגערער ברודער , דער אינגערער פרינץ – און ער איז שטענדיג געבליבן אדער אין צימער אדער אין א שטילן ווינקל אין הויף . ריטשארד האט געזאגט אז עס איז זייער גוט אזוי , ווייל ווען מען פרעגט אים פארוואס דער גאסט קומט קיינמאל נישט מיטעסן ביי די קעניגליכע סעודות , ענטפערט ער אז ער איז גאר א שעמעוודיגער און ער האט ליב צו זיין אליין .
פאר דוד האט זייער געוואונדערט ריטשארד ' ס גאסט פריינדליכקייט . דוד האט נישט געהאט קיין צווייפל אז דער פרינץ האט דא פיל וויכטיגערע זאכן ווי ער , און מיט דעם האט ער אלעמאל זיכער געמאכט ער האט אלעס וואס ער דארף , און ער האט אויך פארברענגט מיט אים א שטיק צייט יעדן טאג .
פארזעצונג קומט אי ” ה

אין נויט פאר א

רפואה שלימה ?

" דארפט איר ערהוילונג און פרישע קראפט ?"
בהמלצת הרה " ג רבי רפאל זקס שליט " א מו " ץ עדה החרדית
חז " ל לערנען אונז אז אן ' עין הרע ' קען צוריקהאלטן א שפע פון רפואה . ' עין בעין ' שטעלט צו א געפרואווטע סגולה פאר רפואה , דורך אן ' אָ‏ פּ‏ שפּ‏ רעכונג ', דורכגעפירט מיט אויטענטישע בליי לויט די מסורה , דורך הרב ר ' דוד רייכבערג שליט " א פון ירושלים עיה " ק . מיט אט דער מאכטפולער מיטל , ארבעטן מיר אויסצוקלאָ‏ רן דעם וועג פון און עפענען פאר אייך דער שפע פון רפואה . מיר טוען עס איינמאל און נאכאמאל , וויפיל מאל עס פעלט נאר אויס , כדי אוועקצונעמען אן ' עין הרע ' פון אייער נאמען .
72 $ פאר א שפרעך | $ 50 פאר א חודש
718-400-AYIN www . ayinbeayin . com
רופט היינט :
פאר א בו ביום עין הרע אָ‏ פּ‏ שפּ‏ רעכונג .
198 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444