די קרעטשמע אינמיטן וואלד
סיפורי צדיקים
תורה – פון מתיבתא דרקיעא
די קרעטשמע אינמיטן וואלד
אין א ווילדער געגנט , צווישן די הויכע , שטאלצע קארפאטן בערג , איז זיך געשטאנען אן איינזאם טונקעלע הייזקע , א קרעטשמע . סתם אזוי אינמוטן די וואך , האט זיך קיין נפש חי ’ נישט אנגעזען אויפן שטראז וואס איז אריבערגעלאפן נעבן דעם קרעטשמע . ווען עס איז אבער פארגעקומען א יריד אין די דערנעבנדיגע שטעטלעך , דאן האט זיך די קרעטשמע גענומען ווירבלען מיט פויערן , דארפסלייט און אידישע סוחרים פון די ארומיגע דערפער און שטעטלעך אויף די בערג , וואס זענען זיך צאמגעפארן אויף די ירידים , און זיך אפגעשטעלט אינמיטן וועג אינעם קרעטמשע , זיך אפרוען פאר א שעה צוויי , לאזן די פערד עטוואס פאשען , און זיך דערכאפן דאס הארץ מיט א גלעזעלע משקה .
ווי נאר א גאסט האט איבערגעטראטן די שוועל פון דער קרעטשמע , איז ער באלד העפליך און איידל באגריסט געווארן דורך די אידישע באלעבאסטע , וועלכע פלעגט צניעות ’ דיג און איידעלערהייט באדינען די געסט פלינק און געשיקט צו זייער פולקאמע צופרידנהייט .
ווען די פרוי האט דערקענט אין א אידישן גאסט אז ער איז עפעס מער ווי סתם א סוחר , איז זי ארויסגעגאנגען צום גארטן אינדרויסן פונעם קרעטשמע , און הויעך געשריגן אין ריכטונג פונעם וואלד , וואס האט זיך געגרעניצט מיטן גארטן , “ ישראל !”.
דארט צווישן די פעלזן בערג , א היפש ביסל ווייט פונעם קרעטשמע , איז געווען אן אויסגעהוילטע שטיין , וואס האט פארמירט אינעווייניג ווי א גרויסער פירקאנטיגער צימער . דארט אין יענעם הייל האט זיך איר מאן ישראל , דער ארענדער , אויפגעהאלטן גאנצע
718.599.3444 March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 197