“ אפשר ווילט איר בלייבן איבער שבת ?”
שבת אין קרעטשמע !
טעג און געפראוועט זיין עבודה באהאלטענערהייט . קיין בריה האט נישט געוואוסט וואס ער טוט דארט .
ווי נאר דער ארענדאר האט געהערט שרייען זיין נאמען , איז ער געקומען צו לויפן צום קרעטמשע , און זיך גענומען באדינען דעם גאסט מיט אן אויסטערלישע איבערגעגעבנקייט , און אים פרובירט צו מאכן באקוועם מיט וואס ער האט נאר געקענט .
“ אפשר ווילט איר בלייבן איבער שבת ?”
געווען איז עס אין א קאלטע ווינטער טאג , ווען נעבן דעם קרעטשמע איז אריבערגעפארן אן ארים וואגן איינגעשפאנט צו איין מאגערן פערד . אין דעם וואגן איז געזעסן דער קאלאמייער רב , דער גרויסער גאון און צדיק , ר ’ דוד זי ’’ ע , וועלכער איז ארומגעפארן איבער די דערפער צוזאמנעמען ’ זייער שטייער געלט ’. דאס איז געווען א ספעציעלער שטייער וואס אלע אידישע דארפסלייט האבן געצאלט פאר דער רב פון דעם שטאט צו וועלכע זייער דארף האט באלאנגט .
דער קאלאמייער רב האט נישט געהאט אין פלאן זיך אפצושטעלן אין דעם קרעטשמע , אבער ווי נאר ער איז דאס פארביי געפארן האט אים אנגעכאפט אן אויסטערלישע מידקייט , און ער האט אזוי נישט געקענט ווייטער פארן . האט ער זיך צוריקגעדרייט און זיך אפגעשטעלט ביים קרעטשמע .
ווי נאר דער צדיק ר ’ דוד איז אריינגעקומען אין קרעטשמע , האט די באלעבאסטע באלד דערקענט אז די רעדע איז פון עפעס מער ווי א פשוט ’ ער איד , איז זי ארויס אין גארטן און געשריגן צום וואלד , ווי איר שטייגער , “ ישראל .”!
ביז געציילטע מינוט ארום האט זיך באוויזן ארויסקומענדיג פונעם וואלד א מאן פון עטליכע און דרייסיג יאר , אנגעטאן אין פויערישע בגדים . זיין רעדן ווי אויך זיין גאנצער באנעמען איז געווען פויעריש , אבער אין דעם גרויסן ברייטן שטערן און אין די לייכטענדע אויגן האט זיך באלד געלאזט דערקענען אז דאס איז א אידישע צורה , כאטש ער האט געטראגן לאנגע האר ווי א דארפישע פויער .
דער קרעטשמער איז באלד צוגעגאנגען צום וואגן , אויפגעשפאנט דאס פערדל , עס אריינגעפירט אין שטאל און צוגעברענגט פרישע היי מיט אן עמער וואסער . דאן איז ער אריין אינעם קרעטמשע , ער האט באלד געגעבן א ברייטן שלום עליכם פארן גאסט , און
זיך גענומען אים באדינען מיט אלס וואס האט זיך נאר אויסגעפעלט .
נאכדעם ווי ר ’ דוד האט אפגעגעסן א שטיקל סעודה און זיך אביסל אפגערוט , האט ער זיך אנגערופן צום ארענדאר , ” נו , ישראל , גיי ביטע , מאך מיר גרייט דעם וואגן און שפאן איין דאס פערדל , איך וויל שוין ווייטער פארן אין וועג .“
נישט קענענדיג זיך ערלויבן אויסצוהאלטן א בעל עגלה , איז דער צדיק ר ’ דוד געווען זיין אייגענער בעל עגלה , און די דארפסלייט , אומעטום וואו ער האט זיך אפגעשטעלט , האבן זיך שוין אפגעגעבן מיט דאס פערדל און אירע געברויכן .
ישראל האט אנגעהויבן ארויסגיין צו איינשפאנען צוריק די פערד , אבער דאן האט ער זיך געגעבן א דריי צוריק און געפרעגט רבי דוד אויב ער וואלט נישט געוואלט בלייבן ביי אים איבער שבת .
ר ’ דוד האט זיך צושמייכלט דערהערנדיג די מאדנע ביטע . עס איז קוים מאנטאג , און אט דער עם הארץ פארלאנגט פון אים , דעם קאלאמייער רב , צו פארבלייבן ביי אים גאנצע זעקס טעג , אט דא אין דער ווילדער וואלד קרעטשמע און מיט ’ ן גראביאנישן ארענדאר צוזאמען ...
” רעדט נישט קיין שטותים , ישראל . שפאן איין און לאמיר פארן ,“ האט ר ’ דוד באלד אפגעווארפן די ביטע .
דער ארענדאר האט אים געפאלגט , ער האט גרייט געמאכט דעם וואגן ווי עס דארף צו זיין און ר ’ דוד איז זיך אוועקגעפארן .
שבת אין קרעטשמע !
ר ’ דוד האט קוים באוויזן אפצופארן א שטיקל וועג פונען קרעטשמע , ווען א שווערע שניי שטורעם האט זיך אראפגעלאזט , ער האט פארלוירן די וועג און ארומגעבלאנדזשעט אין וואלד ביז פארנאכטס , ווען דאן איז ער צו זיין גרויס ערשטוינונג צוריק אנגעקומען צום קרעטשמע .
יעצט האט ער שוין געמוזט צוריק אריינגיין אינעם קרעטשמע און דארט איבערגענעכטיגט .
” אפשר וועט איר פארט פארבלייבן דא ביי מיר ביז איבער שבת ,“ האט אים צומארגנס דער ארענדאר ישראל ווייטער געפרעגט .
ר ’ דוד האט שוין איצט מער נישט געשמייכלט ווי פריער . ער האט דעם ארענדאר געגעבן צו פארשטיין אז ער קען דא לענגער נישט פארבלייבן , ער מוז שוין
196 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444