די וואונדערליכע אנטפלעקונג
ווייטער פארן אין וועג .
קוים איז ער אבער אפגעפארן א האלבע מייל , האט זיך ביי ר ’ דוד אפגעבראכן א וואנט מיט א רעדל פונעם וואגן . אן קיין צוויי ברירות האט ער געמוזט צוריקגיין אין קרעטשמע אריין צופיס , און ביז מען האט געשאפט א שמיד ער זאל פארריכטן דעם וואגן האט זיך די זאך אזוי פארצויגן ביז פרייטאג נאכמיטאג אזוי אז ר ’ דוד האט שוין דארטן געמוזט פארבלייבן אויף שבת .
די וואונדערליכע אנטפלעקונג
פרייטאג צונאכטס האט ר ’ דוד זיך געשטעלט מקבל שבת זיין פרי . דער ארענדאר איז אהיימגעקומען שפעט , נאנט צום זמן , ער האט זיך ארומגעוואשן , זיך איבערגעטון צו שענערע קליידער , און זיך געשטעלט ביי דער וואנט אפמורמלען א דאווענען . דערנאך האט ער קידוש געמאכט איבער די חלות מיט א דארפישקייט .
ביים עסן , האט דער ארענדאר געבעטן דעם גאסט ער זאל אים זאגן עפעס א גוט ווארט פון דער תורה . האט אים ר ’ דוד דערציילט די שיינע מעשה פון יוסף מיט זיינע ברידער . דען וואס פאר א דברי תורה קען מען זאגן פאר אזא עם הארץ ?
אין מיטן דער נאכט , האט זיך ר ’ דוד ’ ן געדאכט אז ער הערט א זיס קול נגינה וואס זינגט דעם ’ מזמור שיר ליום השבת ’ פון תהלים . אויפעפנדיג די אויגן , האט ער דערזען א פייער אונטערן אויוון , וואו דער ארענדאר האט זיך געלייגט דארט שלאפן . ר ’ דוד האט געמיינט , אז פונעם פייער אויף וועלכע די טשולענט ליגט האט זיך אנגעכאפט די שטרוי זאק וואס ליגט אויפן ברעט וואו דער ארענדאר שלאפט , האט ער זיך גענומען שרייען , דער ארענדער זאל זיך אויפוועקן , און נישט ווערן חלילה פארברענט , אבער אין יענע סקונדע איז פינסטער געווארן אין שטוב און ער האט מער גארנישט געזען קיין שום פייער . האט ער דעריבער געמיינט , אז עס איז בלויז געווען א חלום .
ביי די בייטאג סעודה האט ר ’ דוד געטייטשט פארן ארענדאר עפעס א פסוק פון דער וואכענדיגער סדרה און דאן אים געפרעגט אויב ער פארשטייט דעם טייטש
“ איך פארשטיי עס ,” האט אים דער ארענדאר געענטפערט . ” אבער איך האב אויף דעם זעלבן פסוק
געהערט אן אנדער טייטש .“
ר ’ דוד איז געווארן נייגעריג , וואס קען שוין דער פשוט ’ ער פראסטער דארפסמאן קענען , און געבעטן דעם ארענדאר ער זאל אים נאכזאגן דעם פירוש וואס ער האט געהערט .
“ איך מוז מיך פריער דאס גוט דערמאנען ,” האט אים דער ארענדאר געזאגט . ” איך וועל גוט אריינטראכטן און דאן ביים סעודת שלש סעודות וועל איך דאס נאכזאגן פאר אייך .“
עס איז געקומען שבת נאכמיטאג , מען האט זיך געשטעלט דאווענען מנחה און דערנאך זיך געוואשן צו של “ ס . ווי נאר מען האט געענדיגט עסן א כזית חלה , האט דער ארענדאר זיך אנגערופן , ” איצט , קאלאמייער רב , הערט זיך צו ווי אזוי מען האט אויסגעטייטשט דעם פסוק אין דער מתיבתא דרקיעא ( אין הימל (.“
ר ’ דוד איז דערציטערט געווארן . ער האט באלד געכאפט אז דא רעדט מען נישט פון קיין פשוט ’ ער דארפסמאן וואוי ער האט ביז יעצט געמיינט .
און דער ארענדאר האט אנגעהויבן צו זאגן אויף דעם פסוק טיפע הימלישע סודות , ר ’ דוד האט נאך קיינמאל אין זיין לעבן נישט געהערט אזעלכע גרויסע סודות התורה , און דערצו איז דאס געווען אזוי קלאר . הערשט יעצט האט ער פארשטאנען , וואס פאר א ’ טייערע סחורה ’ דער פארשטעלטער ארענדאר איז . ער האט אויך פארשטאנען אז דאס פייער וואס ער האט ביינאכט געזען אויפ ’ ן ברעט איז געווען עפעס א העכערע מין פייער , פון די קדושה וואס האט גערוט אויף דעם צדיק , דער ארענדאר .
זונטאג אינדערפרי האט דער ארענדאר פארלאנגט פון ר ’ דוד אז ער זאל אים צוזאגן מיט א תקיעת כף אז ער וועט פאר קיין נברא נישט דערציילן וואס ער האט דא געזען און געהערט , ביז די צייט וועט קומען ער זאל נתגלה ווערן .
ר ’ דוד האט ווירקליך געהאלטן ווארט און נישט אויסגעזאגט דעם סוד .
מיט א צייט שפעטער איז געקומען די צייט אז דער צדיק נסתר , דער ארענדאר , זאל נתגלה ווערן , און זיין נאמען האט געשיינט איבער דער גאנצער וועלט .
718.599.3444 March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 195