4
קאפיטל ד ' דריי פרינצן אין קורצן פון פריער :
דוד , א דארפיש בחור ' ל , ווערט פארכאפט דורכ ' ן רוסישן קרוין-פרינץ נאך וואס ער האט אפגעזאגט זיין פארשלאג צו קומען מיט אים צום מיליטערישן לאגער . דוד מוז שטענדיג פאלגן דעם פרינץ , אבער דער פרינץ איז פריינטליך צו אים און זיי פארברענגען פיל צוזאמען . נאך א יאר וואוינען צוזאמען באקומט דער פרינץ א בריוו אז ער זאל אהיימקומען . דער פרינץ באפעלט אפצושניידן דוד ' ס פיאות , כדי ער זאל נישט קומען אין הויפטשטאט מיט אידישע סימנים , און ער פארשטייט נישט פארוואס עס באדערט אזוי פאר דוד . דוד גייט אהיים זיך געזעגענען ; זיי פאָ רן ארויס אין נעכטיגן אין א גאסט-הויז אויפן וועג .
מיטן זון אויפגאנג זענען די בחורים ארויסגעשפרונגען פון בעט ; דוד האט זיך געשטעלט דאווענען און ריטשארד איז געגאנגען זען אז די דינער זאלן אלעס גרייט מאכן צו פארן ווייטער .
ווען דוד האט געענדיגט דאווענען האט אים ריטשארד געבעטן אריינצוקומען אין וואגן . געווען איז עס א הערליכע גאלדענע קארעטע געשפאנט צו פיר ווייסע פערד , ווען איבער זיי זיצט א קוטשער אנגעטון מיט די קעניגליכע מונדירן און טרייבט זיי .
דוד און ריטשארד זענען געזעסן אינעווייניג און הנאה געהאט פון דער אנגענעמער רייזע .
“ דוד , ס ' איז באמת א שאד אז יעדע גליקליכע מינוט ווערט צעשטערט דורך אומעטיגע שמועסן , אבער מיר מוזן זיין אפן .“
דוד האט געציטערט וועלכער באפעל עס קומט יעצט , און ריטשארד האט עס דערשפירט .
“ זארג נישט , דוד . איך פארשטיי שוין היינט אז זאכן וואס זעען מיר אויס פּשוט , קענען דיר שאפן ערנסטע פראבלעמען , און איך וויל דיר נישט שווערער מאכן .
“ למעשה גייען מיר אבער צום קעניג אין פאלאץ . מיר דארפן אויסארבעטן וואס א איד וועט טון דארט .”
דוד האט באטראכט ריטשארד . “ זאג מיר , אז דיין טאטע האט אזוי פיינט א איד ,
202 SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 718.599.3444