ווייל אין אמת ' ן איז די ניגון א טרויעריגע און נישט א פרייליכע , און אמאל איז עס ווייל מ ' האט פונקט געהערט די מוזיק ווען עפעס איז נישט געגאנגען גוט אדער מ ' האט דאס געהערט בשעת ' ן זיין פאראיבלט אין א קאר אויף א לאנגע וועג . וועלט אויס מוזיק וואס ' פילט ' גוט , און איר וועט ערשטוינט ווערן פון די רעזולטאטן .
עסט צוקער
וואס ?! יא , קארבס , אדער סיי וואס ענטהאלט צוקער אין זיך , גיבט ארויס סערעטאונין ( serotonin ) – א הארמאן וואס מאכט אונז פילן רואיג און גוט מיט זיך . איז יא , נעמט אייך די טשוקלוד אדער קענדי , פילט אייך נישט שלעכט פאר ' ן זיך ' treat ן מיט די sour stick און ...
ניין . נאכנישט פארטיג .
אז איר ווילט אז אייער גוטע מוט זאל אנהאלטן אביסל מער ווי צוויי מינוט , דארפט איר אויסוועלן עפעס קלוגער . סערעטאונין געפונט זיך אויך אין געזונטערע קארבס , ווי האול-וויט קרעקערס און ברויט , פרוכט און גרינצייג . די אלע עסנווארג האט טעכניש אויך צוקער , אבער די צוקער דערין נעמט פאר ' ן קערפער סאך לענגער צו פארדייען . אז איר עסט א קענדי , וועט די צוקער אין אייער בלוט זיך שטארק אויפהייבן , אבער ווייל די קערפער פארדייט די צוקער דערפון אזוי שנעל , קראכט עס דערנאך
צוריק אראפ מיט א זעץ און איר הייבט ווידעראמאל אן פון א '. קארב-רייכע אבער געזונטע עסנווארג וועט אייך געבן די סערעטאונין וואס איר זוכט – פאר א לאנגע צייט .
... און די בעסטע עצה
ס ' איז לעכערליך צו האבן א גאנצע ארטיקל איבער אריינברענגען שמחה אין זיך , אן דערמאנען די מערסטע ווירקזאמע עצה . ... און די גוטע נייעס איז אז ס ' איז עפעס וואס מיר האבן שוין , מיר דארפן זיך עס נאר דערמאנען .
דאס אז אונז זענען אידן און אונז האבן אויף וועם זיך אנצולאנען , אונז האבן א תכלית און טיפקייט אין לעבן , איז בעצם די געוואלדיגסטע שמחה וואס א מענטש קען נאר האבן . ס ' איז אינטערעסאנט ווי טעראפיסטן זענען אין די לעצטע פאר יאר פארנומען מיט ' אויפדעקן די געפילן '. די מהלך לייגט זיך מן הסתם אויפ ' ן שכל , אבער נעבעך , ביי א גוי איז עס א סייקל וואס קען זיך נישט ענדיגן . וועלכע געפילן זאל ער אויפדעקן ? אז ער ליידט אויף פאוביעס , אויף וועם זאל ער זיך טאקע אנלאנען ? פארוואס זאל ער טאקע ווערן רואיג ?
און ביי אונז – ב '' ה פאר דעם !!! – קען מיין שלעכטע מוט זיין א פארבייגייענדע זאך ווייל בעצם , דאס אז איך האב א טאטע מיט אומבאגרעניצטע כוחות איז מיר איבערגענוג א סיבה צו זיין פרייליך .
178
SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025