3 5 25 | Page 177

ח . גראס

אלעס ארום שמחה

וואס איז שמחה ?
שמחה איז אן אומבאשרייבליכע , אומערקלערבארע ארטיקל . גרויסע פיליזאפן און פסיכילאגן האבן שוין פרובירט צו טרעפן די פונקטליכע באדייט פון דעם ווארט און זינט די ' 1990 ס האט זיך געעפנט א נייעם צווייג אין פסיכילאגיע : פאזיטיווע פסיכילאגיע , צו כאפן וואס שמחה בעצם איז .
ס ' איז מער ווי סתם א פאזיטיווע גוסטע . שמחה מיינט – אין לאנגע ווערטער – א מצב פון פרייד און רואיגקייט וואס נעמט איבער א מענטש און אפעקטירט יעדע חלק פון לעבן .
וואס זענען די בענעפיטן דערפון ?
פרייד האט אומצאליגע געזונטהייט בענעפיטן , אבער נאר אויפ ' ן שפיץ גאפל :
פרייליכע מענטשן וועלן פשוט עסן געזונטער . שטודיעס צייגן אז פרייליכע מענטשן וועלן עסן
47 % מער פרוכט און גרינצייג ווי נעגאטיווע מענטשן .
זיי וועלן נישט אזוי שנעל פאלן צו אדיקציע ווי אנדערע , ווייל זיי דארפן נישט קיין עקסטרעמע מיטלען צו טרעפן שמחה .
פאזיטיווע מענטשן וועלן נאטירליך האבן מער מענטשן ארום זיך . דאס איז 100 %
פארשטענדליך , ווייל יעדער זוכט
שמחה , און מ ' וויל זיך דרייען צווישן פרייליכע מענטשן ווייל מ ' האפט צו ווערן אנגעשטעקט פון זיי .
פאזיטיווע מענטשן האבן
פראצענטאל שטערקערע אימיון סיסטעמס , שטערקערע הערצער בכלל און נידריגערע בלוט-‏ דרוק .
ס ' איז מעגליך צופרידנצושטעלן א קינד וואס איז ... קיינמאל נישט צופרידן ?
" אכךךך ... כ ' האב נישט ליב קיין איבערגעצויגענע פלייש !" " קיינמאל באקום איך נישט קיין שאנס !" " העי ! נאר חני מעג שלאפן מיט די פינקע דאכענע ?!"
יעדע זאך ווערט אזוי קאמפליצירט . אז מ ' גיבט איר די גרינע , דארף זי די בלויע , אז ס ' רעגנט איז קאלט , זיין פארשטעלאכץ וועט זיך זיכער נישט אויסארבעטן , ער וועט זיכער זיין שפעט און ער האט די ערגסטע רבי בכלל , זי האט נישט די גוטע בענקל און זי האט נישט ליב קיין איין נאכטמאל ...
אויב פאר ערוואקסענע איז אזוי שווער צו טראכטן פאזיטיוו אסאך מאל , וויפיל שווערער קען עס זיין פאר א קינד וואס ווייסט נאכנישט וויאזוי צו באהאנדלען זיינע געפילן . אמת , אסאך קינדער זענען נאטירליך פרייליך מיט סיי וועלכע קלייניגקייט , אבער אסאך קינדער זענען פשוט נישט . דערפאר וועלן זיי וויינען און שרייען איבער יעדע קליינע פאנטשער און אויסדרייען אלעס אלס נעגאטיוו .
אפאר גוטע טיפס :
קוקט אויב ער איז אזוי צופרי אדער ביינאכט . געוויסע קינדער דארפן צייט אינדערפרי זיך ' אויפצואוועקן ' און ביז דעמאלטס זענען זיי זייער cranky און נעגאטיוו , און אנדערע , ווען זיי ווערן איבערגעמידעט , דעמאלטס קענען זיי נישט באהערשן זייערע נעגאטיווע געדאנקען . אז איר
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 177