3 5 25 | Page 179

זענען באמבעס , יעדע גוי מיט א בארד וויל מיר זיכער צובינדען די הענט און אפשיקן קיין עזה ...
עס זענען דא די מענטשן וואס יעדע מאל זייער מאגן דרייט זיך איז עס ווייל זיי האבן מן הסתם געגעסן עפעס פארדארבן און ס ' וועט שוין אריבערגיין .
און דערנאך זענען דא די מענטשן וואס יעדע מאל זייער מאגן דרייט זיך איז עס ווייל זיי האבן זיכער א געוואוקס ר '' ל אין די קישקעס און זיי דארפן זיך יעצט גיין אויסטשעקן .
די מציאות איז די מציאות – וואס זיי ליידן אויף איז סייווי דאס וואס מאכט די חילוק , אבער מענטשן וואס ווייסן נישט פון יעדע ABC און יעדע קרענק אויפ ' ן מארק האבן טויזנט פראצענט א רואיגערע לעבן !
אמאל איז די וועלט געווען קלענער . ביז ווען די נייעס אז א גנב האט גע ' גנב ' עט איז אנגעקומען פון איין דערפל צום צווייטן האט די גנב שוין לאנג צוריקגעגעבן דאס געלט . א מענטש ' ס קאפ איז נישט אויסגעשטעלט מיט די כח צו קענען האנדלען מיט די גאנצע וועלט ' ס צרות און טעראר . לאזט אייך אפ פון די נייעס ! מ ' דארף נישט וויסן אלעס .
אז איר זוכט דווקא צו ווערן קלוגער , ליינט היסטאריע ביכער . מ ' איז אבער נייגעריג , ווייל ס ' איז דא עפעס א thrill אין הערן פון מלחמות , טעראר , רויבער , קרענק און טויט . באלד , באלד , ווען די thrill פון הערן די נייעס וועט אויסוועפן , וועל איך זיך אבער טרעפן אין בעט ציטערן פון יעדע שאטן – ווייל אין מיין מח דרייען זיך שרעקעדיגע בילדער פון מלחמות און צרות . יא , עס געשעען זאכן ארום די וועלט . אבער איך בין זיכער נישט מחיוב מיטצוהאלטן דאס אלעס און זיך איבערקאצקענען פאר זארג דערפון . איר זוכט צו ווערן אין א בעסערע גוסטע און איר זוכט נאכצולאזן אייער סטרעס און אנגעצויגנקייט , טוט אייך אליין א טובה און ברענגט אייך נישט אליין אן דעם ' צווייטע יאר סינדראם '.
מוזיק
אז איר טרעפט זיך טראכטן נעגאטיווע געדאנקען קען מוזיק זיין די רפואה – צינדט אן די לעבעדיגע , זיסע ניגון און איר וועט זען וויאזוי די ' מוזיק אין אייער קאפ ' טוישט זיך .
אז איר זוכט אויפצולאזן אייער סטרעס , צינדט אן רואיגע מוזיק – אפילו נאטירליכע קלאנגען ווי קולות פון א וואסערפאל אדער סתם קלאסישע מוזיק קען באמת אויפלאזן אנגעצויגנקייט .
מאכט נאר זיכער אז די מוזיק וואס איר הערט מאכט אייך נישט פילן אומבאקוועם . צומאל קען עס זיין

איר דארפט די סייענס אונטער דעם ?

שטודיעס צייגן אז מוזיק קען טוישן די דאופעמין ( dopamine ) און סערעטאונין ( serotonin ) שטאפלען אין אונזער מח . דאופעמין איז די כעמיקאל וואס גיבט אונז א שטארקע געפיל פון פרייד , און סערעטאונין מאכט אונז פילן רואיג און גוט מיט זיך . די ' טשיל ' וואס מ ' פילט בשעת מ ' הערט א הארציגע chorus אדער גוטע שטיקל מוזיק , קען זיין ווייל די דאופעמין שטאפלען אין מח איז אויפגעהויבן געווארן . איינמאל מ ' קען שוין גוט די ניגון , וועלן אונזערע דאופעמין שטאפלען זיך אויפהייבן די רגע מ ' הערט נאר די ערשטע פאר ווערטער פון די ניגון אדער אפילו ווען מ ' דערמאנט זיך דערפון .

איר פארשטייט צו מוזיק ?

פארשער האבן געפונען אז די מוזיק וואס מאכן די בעסע גיסטע זענען די וואס ווערן געשפילט אויף א טעמפא פון 140-150
.) BPM ) Beats Per Minute
מוזיק און שמחה זענען נאנט פארבינדן . ס ' איז וואונדערליך וויאזוי א פרייליכע ניגון מאכט ווירקליך פרייליכער און א רואיגע ניגון מאכן ווירקליך רואיגער
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 179