דאזעס פון שמחה
אין די שפיטעלער
א גוטן , ב ., וויאזוי פארשפרייט איר שמחה , און וויאזוי זענט איר אנגעקומען
צו דעם ?
איך גיי אין שפיטעלער זינגען פאר חולי ישראל אלס א וואלענטיר פאר די מקימי ארגאניזאציע .
יארן צוריק האב איך געזינגען פאר א געוויסע ארגאניזאציע ' ס פאנד-רעיזינג אווענט . א פרוי איז צוגעקומען צו מיר ווען איך בין נאך געווען אויפן סטעידזש און מיר געפרעגט אויב איך וואלענטיר שוין פאר מקימי . ווען איך האב איר געזאגט אז נישט , האט זי מיר געבעטן מיין טעלעפאן נומער און אזוי האב איך געהאט די זכי ׳ צו ווערן א טייל פון די מקימי וואלענטירן .
די פאציענטן זענען דאך ליידער ארומגענומען מיט פיין , אפגעהאקט פון די וועלט , און צומאל ראנגלען זיי זיך מיט ' ן מלאך המוות אליין , איז שייך אויפצולעבן
יעדע חולה ?
168
SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025