לויט וואס איך הער צוריק פון משפחה מיטגלידער , דאקטוירים און נורסעס פון די חולה , קען מען זאגן אז עס איז הונדערט פראצענט שייך אויפצולעבן " יעדע " חולה . א דאקטאר האט זיך אמאל אויסגעדרוקט , " it You see on the smiles , we see it " in the bloodwork
די משפחה זעט אויך ווי א חולה קוקט ארויס אויף אזעלכע באזוכן .
אבער אויב דארף איך ענטפערן לויט פון וואס איך זע אויב עס איז מעגליך אויפצולעבן יעדע חולה , וואלט איך געזאגט אז איך זע אכט און ניינציג פראצענט ווי עס ווירקט .
עס מאכט זיך אמאל אז מען שפירט אז מען האט גארנישט אויפגעטון , און אזא אינצידענט איז א גוטע דערמאנונג צו גלייבן אז ״ איך האב געטון וואס איך האב געקענט , און געטון רצון ה ', און פון דא און ווייטער מאכט נישט אויס וואס איך זע אדער פיל ״.
פארוואס הערט מען אזוי ווייניג מענטשן וואס טוען
וואס איר טוט ?
ערשטנס , מיין איך אז אסאך וואס וואלטן געוואלט און געקענט דאס טון , ווייסן נישט וויאזוי צוצוקומען דערצו , אדער פאלט זיי נישט ביי זיך איינצושרייבן אלס וואלענטיר .
און פונקט ווי אלע אנדערע
גוטע זאכן , איז עס אויך עפעס וואס קומט נישט אן זייער גרינג . די חלק פון דארפן צוזען ווי אידישע קינדער גייען דורך יסורים און פיין איז עפעס וואס עס איז אוממעגליך צו ווערן צוגעוואוינט דערצו .
אפילו איך גיי איין מאל א וואך , בלייבט די פנים פונעם חולה שוועבן פארנט פון מיינע אויגן פאר עטליכע וואכן , און אמאל פאר א צייט אפשניט פון עטליכע חדשים . עס זענען אויך דא חולים וואס איך הער נישט אויף טראכטן פון זיי אפילו עס איז שוין דורך א שיינע פאר יאר זינט איך האב זיי לעצט באזוכט .
און דאס איז נישט א גרינגע זאך , מילד גערעדט .
ווער רעדט נאך ווען צומאל איז דא א משפחה מיטגליד , אדער די חולה אליין , וואס א ניגון מאכט זיי וויינען . דארפן זינגען און זיין פרייליך ווען מען זעט צו אזא
זאך , איז מערדערליך שווער . מען דארף טראכטן פון צען אנדערע זאכן און פלעצער און כאילו פארגעסן וואו מען איז . ווייל אויב נישט , וויינט מען מיט און מען קען נישט זינגען .
חוץ פון דעם , מאכט דער יצר הרע וואו ביי יעדע גוטע זאך , זיכער אונטערצושטעלן פיסלעך ווען נאר שייך . אזויפיל מאל פאסירט אזעלכע פאנטשערס וואס איז אוממעגליך אויסצורעכענען אדער זיך באהיטן .
אין ICU צום ביישפיל , קען יעדע שלעכטע נורס באשליסן אז זיי לאזן נישט קיין מוזיק צו הויך ווייל עס קען ׳ שטערן ׳ די פאציענטן . און בכלל , זינט קאוויד קען מען ממש בענטשן גומל אויב זיי לאזן אריין אונטן ביים פראנט דעסק אן קיין פראבלעמען . אבער אודאי ווי מער די יצר הרע פרובירט צו שטערן אלס מער חיזוק באקום איך פון דעם . א ראי מיין עבודה שטערט אים ...
וואס איז איין זאך וואס מען מוז האבן צו קענען
אויפלעבן מענטשן ?
זיין אין א גוטע גוסטע און זיכער מאכן נישט צו ווערן איבערגענומען נאר זיך האלטן פרייליך און גוטמוטיג . וויינען מוז מען אפשטופן פאר ווען מען גייט ארויס פון צימער .
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 167