פ . גאלד
לעצטע וואך האבן מיר געכאפט א שפאציר אין די קארידארן פון שפיטאל , און אנטציקט געווארן פון די העלדישע חסד פון ל .
אצינד זענען אונז גרייט צו הערן פון ב ., איבער די איבערמענטשליכע כוחות וואס זי אינוועסטירט אריינצוברענגען שמחה אין די קאשמארפולע קארידארן .
אינאיינעם וועלן מיר זיך באקאנט מאכן , וויאזוי מען געבט נישט אויף אויף די מיסיע פון אויפלעבן אנדערע אין אן ארט וואו די אטמאספער דרוקט אויס פיין , אין א פלאץ וואו מען באגעגנט זיך פנים אל פנים מיט אידישע צרות , און וואו " פרייליכקייט " איז גאר א ווייטע און אן אומרעאליסטישע אויסזעענדע ארטיקל .
די שמועס ווערט אפגעהאלטן אין די דאזיגע חודש ווען מען זוכט צו פארמערן שמחה , מיט די ציל אז מען זאל טאקע בעסער ארויסהאבן אז פרייד קען מען עררייכן אין סיי וועלכע מצב מען געפינט זיך .
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 169