164 |
SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025 |
די שוועסטער האט געווינקען מיט די אויגן אז מיר זאלן דאך פרובירן .
אין אמת ׳ ן וועל איך קיינמאל נישט אנהייבן צו שפילן אויב די פאציענט וויל נישט , אבער דא האט די שוועסטער מרמז געווען אז עכט וויל זי יא , עס איז איר פשוט שווער .
אין מיין גרויס פארלוירנקייט האב איך ארויסגענומען מיין קיבארד און אנגעהויבן שפילן מיט די קנעפלעך אביסל גרענד פיאנא . זעענדיג אז זי הייבט נישט אן צו שרייען האבן מיר אנגעהויבן צו זינגען שטיל . נאך אפאר מינוט האט זי אויסגעדרייט איר קאפ און געזאגט ״ you girls are so beautiful ״
די שאק האט אונז כמעט פאראלאזירט , אבער מיר האבן מצליח געווען ווייטער צו גיין צום קומענדיגע ניגון , ווען אינצווישן הייבט זי אן ווייזן מער און מער . נאך אביסל האט זי זיך שוין אנגעהויבן צו באדאנקען . איר שוועסטער איז דארט געזעצן און געוויינט מיט טרערן ווי א קינד .
עס האט נישט אויסגעזען אז די שוועסטער איז איבערגענומען געווארן פון די הארציגע מוזיק און געזאנגען נאר פון די הונדערט אכציג דעגרי טויש וואס איז פארגעקומען מיט די חולה . פאר מיר זענען ארויס , האט די פאציענט אונז באווארפן מיט ברכות און נישט געענדיגט אפוואונדערן ווי שיין מיר האבן פארגעשטעלט .
איך האב נישט קיין ספק אז אצינד , ווען זי איז געווארן אפילו נאר אביסל פרייליך , האט זי געקריגן אביסל מוט צו קעמפן פאר איר לעבן נאך א מינוט לענגער .
וועלכע מעסעדזש קענט איר מיטטיילן מיט די
ליינער ?
ווען עס קומט צו באזוכן חולים , דארף מען געדענקען אז אפילו ווען די משפחה בעט מען זאל קומען , וועט אמאל די חולה
עס האט נישט אויסגעזען אז די שוועסטער איז איבערגענומען געווארן פון די הארציגע מוזיק און געזאנגען נאר פון די הונדערט אכציג דעגרי טויש וואס איז פארגעקומען מיט די חולה . פאר מיר זענען ארויס , האט די פאציענט אונז באווארפן מיט ברכות און נישט געענדיגט אפוואונדערן ווי שיין מיר האבן פארגעשטעלט .
איך האב נישט קיין ספק אז אצינד , ווען זי איז געווארן אפילו נאר אביסל פרייליך , האט זי געקריגן אביסל מוט צו קעמפן פאר איר לעבן נאך א מינוט לענגער .
ענדערש זיין אינטערעסירט אין פריוואטקייט און שטילקייט . איך גיי קיינמאל נישט אריין אין א צימער פארן פרעגן די חולה אליינס אויב זיי ווילן אביסל מוזיק ... איך מיין אז אין די אלע יארן האב איך נאר געהאט איין מאל וואס א חולה האט געזאגט " ניין ". עס קען זיין אז עס איז נישט געקומען פון א גוטע פלאץ , און באמת וואלט זי זיך געפרייט , אבער טון עפעס קעגן די ווילן פון א מענטש וואס איז אין א שווערע מצב , קען זייער וויי טון .
און אודאי זאל מען נישט פרעגן קיין שום שאלות און אפילו נישט די נאמען . מען דארף זיך האלטן פרייליך , פריינטליך אבער מיט א דיסטענס צו געבן רעספעקט און פריוואטקייט פארן פאציענט .
און די זכותים פון טון אזא זאך זענען זייער גרויס . עס לוינט צו פרובירן .
יישר כח ב . פאר אייער צייט , און פאר ' ן
אונז איבערגעבן וויאזוי שמחה האט די מעגליכקייט צו גרייכן
יעדעס ווינקל !
און פאר די אלע וואס זוכן פרייליכקייט …
די פאקט אז מיר געפינען זיך ב " ה אין די באקוועמליכקייט פון אונזערע הייזער געזונטערהייט איז גענוג א סיבה זיך ארויסצולאזן
אין א טאנץ
|