מיין טאטע האט מיר גלייך געפרעגט ״ וואס האסטו געפלאנט צו טון יעצט ?״
ווען איך האב אים געזאגט וואס מיינע פלענער זענען געווען , האט ער מיר געפרעגט , ״ דו מיינסט אז דיין דאווענען און תהלים איז חשוב ׳ ער ביים אויבערשטן ווי גיין אין שפיטאל ? דו קענסט זיך נישט איינקויפן קיין גרעסערע זכותים אין אזא גרויסע טאג ווי גיין דערפרייען א חולה !״
שוין |
האב |
איך |
וואס |
געהאט |
נישט |
און |
שפעקולירן |
צו |
די |
צוריקגערופן |
זאגן |
קאארדינעטער |
אז איך גיי . איך האב
זיך
|
געגעבן א וואש , שנעל געגעסן
א
|
כזית חלה , און געלאפן
.
|
איך האב זיך אריינגעזעצט אין קאר און געגעבן א קוק אויפן חסד דרייווער , א חסידישער אינגערמאן , מיט א בעקיטשע ... איך בין געווארן אזוי איבערגענומען און געפילט אזוי קליין קעגן אים ... א טאטע פון א הויז – נישט סתם א מיידל – געבט אוועק זיין פורים און טראגט און ברענגט מענטשן צו און פון שפיטאל ... איך האב זיך געשעמט פון זיך אליין אז איך האב פריער געטראכט אז עס קומט זיך מיר א מעדאל פארן גיין ...
קענסטו מיטטיילן
אלגעמיינע טריקס אויפצולעבן מענטשן ?
זאגן א תפילה פאר מען גייט אריין אין צימער פונ ׳ ם חולה . דאס איז עס . אז מען מיינט גוט און מען בעט ביים אויבערשטן אז עס זאל אויפטון , טוט עס אויף .
און דאס איז עפעס וואס מען קען טון אלעמאל ווען מען זוכט צו פארשפרייטן א גוטע אטמאספער …
קענסטו מיטטיילןעפיזאדן וואס דו האסט מיטגעהאלטן ?
איך האב פיל עפיזאדן צו דערציילן , אבער איין וואס קען זיין די מערסטע אינטערסאנט פאר די ליינערס , איז א מעשה וואס האט פאסירט א שטיק צייט צוריק .
איך בין אריינגעקומען אין די שפיטאל שטוב , אינאיינעם מיט נאך א מקימי וואלענטיר און מיט מיין קיבארד . אזוי ווי אלעמאל האב איך זיך ערשט פארגעשטעלט אלס מקימי וואלענטור , פרעגנדיג די פאציענט אויב זי וואלט געוואלט אביסל מוזיק . צו מיין שטוינונג האט זי זיך אויסגעדרייט צום וואנט און געזאגט א שטייפן
." No "
ווי פארשטענדליך , האבן מיר זיך געוואלט אויסדרייען און אהיימגיין , אבער איר שוועסטער וואס איז דארט געווען מיט איר , א פרוי פון אומגעפער פערציג- פופציג יאר , האט אונז פרובירט צו ווינקן מיט די אויגן אז מיר זאלן נישט גיין .
זי האט פרובירט נאכאמאל צו פועל ' ן ביי די פאציענט און זיך אנגערופן ״ Malka , two cute girls are here to sing
" for you אבער זי האט ווייטער געהאלטן איר קאפ אויסגעדרייט און געזאגט ״ I don ’ t want any
" singing . They can leave
מיר האבן נאר געוואלט הייבן פיס און אנטלויפן , אבער
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 165