3 5 25 | Page 163

17
17

ווען מען פארשטייט זיך " נישט " אויפ ' ן ווינק

" זיי זענען אזוי נאנט איינע מיט די צווייטע אז זיי פארשטייען זיך שוין אויפן ' ווינק !" דאס איז א סטעיטמענט וועלכע האט אסאך אמת צו זיך , אבער ווערט אפט גענוצט אין די אומריכטיגע קאנעקסט .
זייער אסאך לעבן אין א טעות און טראכטן , אויב בין איך באמת נאנט מיט יענעם פארוואס זאל יענער נישט כאפן אויפ ' ן ווינק וואס איך טראכט ? פארוואס קען נישט יענער אליינס פארשטיין וואס עס פעלט מיר אדער שטערט מיר ?
אזא מחשבה גאנג , פון ערווארטן אונזערע נאנטע צו וויסן וואס מיר טראכטן אן דעם וואס מיר זאלן " זאגן " וואס מיר טראכטן , שטעלט געזונטע קשרים אין געפאר .
ווייל נישט אלעס איז געמאכט געווארן צו כאפן אויפ ' ן ווינק . קיינעמ ' ס מח לויפט נישט די זעלבע ווי זיין פריינט ' ס / קאלעגא ' ס / לעבנשותפ ' ס / עלטערנ ' ס מח . דערפאר איז נויטיג צו זאגן פינקטליך וואס מען ערווארט און נישט טראכטן , ' יענער קען מיך דאך אזוי גוט , ער וועט שוין אליין וויסן וואס איך וויל '.
און פון די צווייטע זייט , אין פאל וואס יענער טוט עפעס וואס זעט אויס אומריכטיג אין אונזערע אויגן , איז וויכטיג צו געבן א געלעגנהייט פאר יענעם זיך צו ערקלערן , און נישט באשליסן אז ' איך ווייס שוין
*
" פארוואס דרייסטו זיך אסאך ביי דיין עלטערנ ' ס הויז ?" קען מען גרינג פארווישן הויכע לופט געביידעס געבויט בלויז פון אייגענע סברות .
*
פינקטליך פארוואס יענער טוט עס ! איך קען אים דאך נישט פון היינט !'
חז " ל לערנען אונז " מילה בסלע שתיקותא בתרין ",
א ווארט איז ווערד איין סלע , ווען שווייגן איז ווערד דאפלט . ווייל אויב ווייסט מען נישט וויאזוי צו רעדן איז ליבערשט צו זיין שטיל .
דאס מיינט אבער נישט אז צוליב דעם זאל מען זיך פארלאזן אז יענער וועט כאפן אויפ ' ן ווינק …
זייער אסאך מאל געפינען מיר אין חז " ל ווי די זעלבע חכמים וואס האבן געזאגט אז מען זאל לערנען מיט א תלמיד נוצנדיג א קורצע שפראך , האבן מאריך געווען ווען עס האט זיך אויסגעפעלט פיל מער ווי געווענליך .
פארוואס איז דאס אזוי ? פארוואס זענען זיי געגאנגען קעגן זייער אייגענע מימרא ? ווייל דארט ווי שפראך פעלט זיך אויס און עס ווערט נישט גענוצט , " זאגט " דאס גאר א צווייטע מעשה און עס קען אנזייען חרבנות .
נישט לאנג צוריק האט באזוכט ביי אונז א פארפאלק
March 5 , 2025 SHOPPERS ROUTE 163