שיעורים על שלום בית : 718.970.7775
הרב יקותיאל אלימלך
פריעדמאן שליט " א
שיעורים על ש " ס : 718.400.7887
אפיס : 718.812.7019
*
וואס איז געווען א טריט אוועק פון א בית דין שטיבל . בלויז דער וועג וויאזוי זיי זענען אריינגעקומען האט דערציילט אז דאס איז א לאנג-פארוויקלטע פראבלעם . ווען מען האט אנגעהויבן אויפצועפענען די קניפן און אראפצוגיין ביז אונטן זען פון וואו די ווייטאג שטאמט , האט זיך ארויסגעשטעלט אז א געוויסע באמערקונג וואס דער מאן האט געזאגט האט די פרוי נישט גוט אויפגענומען , און וויבאלד עס איז נישט געווארן געהעריג אויסגעשמועסט זענען זאכן געפארן אין די פארקערטע ריכטונג , ביז זיי האבן זיך געטראפן אויף גאר אן אומגעוואונטשענע פלאץ .
לאמיר אנכאפן איין סצענע וויאזוי מען זעט אז ריכטיגע קאמיוניקאציע ראטעוועט די מצב .
עס מאכט זיך גאר אסאך , אז ווען א פרוי זעט אז איר מאן פארברענגט מער ביי זיינע עלטערן ווי ביי זיך אין שטוב , הייבט זי אן צו קומען צו מסקנות וועלכע געבן איר א שווערע נעגאטיווע געפיל . זי שפירט זיך בא ' עוולה ' ט מיט דעם אז זיין שמייכל זעט אויס ריכטיגער אין זיין עלטערנ ' ס שטוב , און זי איז שוין איבערצייגט אז …
אזא מציאות קען זיך ציען ווייטער און ווייטער , האבנ ' דיג א פערמינענטע עפעקט אויף זייער קשר , ווען אין אמת ' ן קען מען פארמיידן די אלע שווערע געפילן מיט פשוט ' ע קאמיוניקעשאן .
מיט איין שאלה , " פארוואס דרייסטו זיך אסאך ביי
דיין עלטערנ ' ס הויז ?" קען מען גרינג פארווישן הויכע לופט געביידעס געבויט בלויז פון אייגענע סברות .
דער מאן קען האבן א זאק מיט לעגיטימע סיבות פארוואס ער דרייט זיך דארט און די פרוי וועט זיך נאכדעם טרעפן וואונדערן וויאזוי זי האט עס טאקע נישט אליינס אויפגעכאפט , און האבן פארדרוס פארוואס זי האט אים נישט פריער געפרעגט .
אפט מאל וועט זיך אויך מאכן , אז דער נאנטע וועמען מען פרעגט פארוואס זי טוט עפעס , אדער פארוואס זי טוט " נישט " עפעס וועט הייבן ברעמען און פרעגן , " אוי , עס באדערט דיך אז איך לייג מיין זאכן אויף דיין טישל ? פארוואס האסטו מיר נישט געזאגט ביז יעצט ?"
אזוי אויך , האט יעדע מענטש ליב צו שפירן אז זיי טוען ריכטיג , און צומאל ווייסט מען נישט וואס איז ערווארטעט פון זיי . דער ארבעטער ווייסט נישט וואס איז די וויכטיגסטע ביי איר ארבעטסגעבער , אויב זאגט נישט דער ארבעטסגעבער אז ביי אים איז " נאמנות נומער איינס ".
די טאכטער ווייסט נישט אז איר מאמע האט נישט ליב ווען זי קומט ארויף נאך זיבענע ביינאכט אויב די מאמע זאגט איר נישט , " אויפצונעמען דיינע קינדער נאך זיבענע איז אביסל צו שווער פאר מיר , פרוביר צו קומען פריער איך זאל קענען הנאה האבן פון זיי ".
און צום שלוס וועלן מיר נאכאמאל באטאנען אז נישט אלעס איז מעגליך צו כאפן אויפ ' ן ווינק .
א גוטע שוויגער - וויאזוי ?... א גוטע שנור - וויאזוי ?... צו הערן א קלארן ענטפער קויפט יעצט די טעלעקורס פון הרב יקותיאל אלימלך פריעדמאן אויף : 718.970.7775
סעריע 5 איז גרייט מיט רייכע שמועסן וואס וועט אייך בעז " ה ענטפערן די פראגע און באגלייטן א גאנץ לעבן ,
162
SHOPPERS ROUTE March 5 , 2025