2 5 25 | Page 99

עפלעך

ס ' איז אוממעגליך אויסצורעכענען אלע געזונטהייט בענעפיטן וואס עפלעך האבן פשוט ווייל די ארטיקל וועט אויפנעמען צופיל בלעטער . א טייל פון די לאנגע ליסטע איז די פאלגנדע : ווייל עפלעך זענען זייער הויך אין פייבער ( 5 גראם אין א געווענליכע מאס עפל ) וועט עס ארויסהעלפן מיט ' ן פארלירן וואג און אסאך שטודיעס האבן אויפגעוויזן אז ס ' וועט פארמיידן געוויסע סארט קענסערס . עפלעך זענען גינסטיג פאר די הארץ , לונגען , ביינער און בלוט און אפילו פאר ' ן מח פונעם מענטש !
שיילט נישט אפ אייער עפל ! אין די שאלאכץ ליגט באהאלטן האלב פון די 5 גראם פייבער וואס ס ' פארמאגט , און עס איז דווקא גאר געזונט פאר די הויט . פרעגט זיך נאך איבער די כשרות חלק פון די שאלאכץ וויבאלד עס קען צומאל זיין א פראבלעם אויב די פירמעס שפריצן ארויף א gloss דעראויף .
עפל קאמפויט דארף נישט קיין צוקער אויב קאכט מען עס אויפ ' ן ריכטיגן וועג . פולט אן דעם טאפ מיט די מערסטע עפלעך שייך און לייגט צו די ווייניגסטע וואסער מעגליך . לאזט עס קאכן אויף א נידריגע פלאם איבערנאכט , אזוי וועט די נאטירליכע זיסקייט פון די עפלעך די מערסטע ארויסקומען .
וויאזוי בלייבט עפל ווייס פאר ' ן טאג ? ווען איר שניידט אויף אן עפל אינדערפרי און איר שיקט עס מיט מיט אייער קינד פאר ריסעס , וועט עס ווארשיינליך זיין ברוין איינמאל ס ' איז צייט עס צו עסן ... די בעסטע אופן וויאזוי דאס צו פארמיידן איז ארויפצושמירן אביסל לעמאן זאפט אויפ ' ן עפל נאכ ' ן עס צושניידן און עס לייגן אין א שטייף-פארמאכטע זעקל \ קאנטעינער . מענטשן גלייכן די ' ציפ ' וואס לעמאן זאפט גיבט , אבער פאר די וואס נישט , מישט אויס די לעמאן זאפט מיט אביסל וואסער .

מאראנצן

א ברייטע ערקלערונג איבער די נאסע , זיסע , דערפרישנדע טעם פון מאראנצן איז איבריג . בלויז די בילד פון א מאראנץ ברענגט אונז אלע וואסער אין מויל . ווינטער איז א סעזאן ווען מאראנצן זענען
די רייפסטע און בעסטע און ס ' איז טאקע די סעזאן ווען אונז קענען נוצן די וויטאמינען דערפון די מערסטע .
די מערסטע באדייטנדע וויטאמין וואס מאראנצן זענען רייך אין , איז וויטאמין . C וויטאמין C העלפט אונזער גוף באקעמפן א רייע ווירוסן און מחלות – אנגעהויבן ביי א פשוט ' ע פארקילונג ביז שעדליכע קרענק ה " י . א זייטיגע בענעפיט פון מאראנצן איז אז ס ' נידערט קארטיזאל ( די הארמאן וואס הייבט זיך אויף ווען א מענטש איז אונטער סטרעס ) און בארואיגט א מענטש . חוץ פון דעם איז
א מאראנץ רייך אין פאלעיט , פאטאסיום , קאלציום און פייבער .
וויאזוי מיטצוגעבן א מאראנץ פאר ריסעס ? שניידט אפ די אויבן און אונטן פונעם מאראנץ . ( ווי אויפ ' ן בילד .( דאן , מאכט לייכטע שניטן אינעם שאלאכץ פון אויבן ביז אונטן ארום די גאנצע פרוכט . די שניטן זאלן נאר אריינשניידן אינעם שאלאכץ און נישט אינעם מאראנץ אליין . קינדער קענען עס דערנאך אליין אפשיילן ביי ריסעס און עס עסן מיט די הענט .