An apple a day ... keeps the doctor away ...
די שפריכווארט איז אריגינעל פובליצירט געווארן אין 1866 אין א צייטונג אונטער די פאלגנדע ווערטער , " earning Eat an apple on going to bed , and you ’ ll keep the doctor from
." his bread ( עס אן עפל פאר ' ן גיין שלאפן , און וועסט אפהאלטן דעם דאקטאר פון פארדינען זיין ברויט .( כאטש אן עפל האט אסאך געזונטהייט בענעפיטן , האבן ערנסטע שטודיעס נאכנישט אויפגעוויזן די גערעכטיגקייט פון דעם אז מ ’ קומט ממש נישט אן צום דאקטער ווייל מ ’ עסט איין עפל א טעג …
קיווי
די קליינע אויגפארכאפנדע גרינע פרוכט מיט ' ן זיסן טעם אבער דאך לייכטן ציפ , איז מער ווי בלויז א קאלירפולע צוגאבע צו א געשמאקע פרוכט-אויסשטעלונג .
קיוויס זענען איינע פון די פרוכט וואס זענען ארויף אויף די ' ריינע פופצן ' ליסטע . דאס מיינט אז ס ' איז א פרוכט וואס באקומען כמעט נישט קיין פארפעסטיגונגען אוועקצונעמען שרצים א . ד . ג .
קיוויס פארשטערקערן : אונזער אימיון סיסטעם , זענען גאר רייך אין וויטאמין , C , A , K און , E נידערט די בלוט דרוק , און העלפט פארמיידן קנייטשן אויפ ' ן פנים . די seretonin עס פארמאגט קען אפילו פארבעסערן די קוואליטעט פון אונזער שלאף !
קיווי האט מען אמאל גערופן א כינעזע גוס-בערי – אמאל פלעגט מען עס נאר איינפלאנצן אין כינע כאטש היינט נעמט מען עס
פון איטאליע .
די גרינגסטע וועג וויאזוי צו עסן קיוויס ? קויפט די קיוויס וואס זענען עטוואס געלער ווי
די גרינע ווייל זיי זענען ווייכער ווי די טיפישע גרינע וואס מיר קענען . די סארט קיוויס ווערן גערופן ' גאלדן קיוויס '. שניידט עס אויף אין האלב אין די ברייט און ס ' איז גרייט צו עסן . די שאלאכץ ווערט די האלטער און ס ' איז זייער געשמאק צו עסן מיט א לעפל . זייט נאר וויסן אז די גאלדענע קיוויס זענען געווענליך אביסל
טייערער ווי די גרינע .