2 5 25 | Page 97

סטראבעריס

סטראבעריס ! בלויז די ווארט סטראבעריס ברענגט אונז ארויף בילדער פון זיסע מיידעלעך און קליינע הענטעלעך ... די נפלאות הבורא פון א סטראבערי ' ס חן – און פון אלע פרוכט דרך אגב – מאכט אונז נאר מער אנערקענען וויפיל חכמה ס ' ליגט אין יעדע פרוכט אז ס ' זאל ציען צום אויג כדי מיר זאלן עס ווילן עסן .
סטראבעריס באלאנגט באמת צו די רויז פאמיליע . די קליינע שווארצע פלעקן וואס מען זעט פון אינדרויסן ווערט אריגינעל אנגערופן קערלעך . זיי קענען זיך ציילן ביז 200 קערלעך ! אבער באמת זענען די שווארצע פלעקן וואס מיר זעען נישט קיין אמת ' ע קערלעך , נאר ס ' איז א סארט קליינע פארטרוקנטע פרוכט וואס וואקסט ארויס אויפ ' ן סטראבערי ' ס הויט . ( ס ' איז וואונדערליך וויפיל נפלאות הבורא ס ' ליגט דערין .(
סטראבעריס קענען מאכן אז א מענטש ' ס גוסטע זאל זיך שטארק
טוישן צום גוטן . דאס איז צוליב דעם וואס עס פארמאגט א הויכע קוואנטום פון . anthocyanins די anthocyanins איז וואס גיבט די סטראבערי איר רויטע קאליר און דאס איז וואס געבן שטארק צו צו א מענטש ' ס עמנאציאלע געזונטהייט .
סטראבערי איז רייך אין : פייבער , וויטאמין , C קאלציום , אייזן , פאטאזיום , פאלעיט , מאגניזיום , און האט ווייניגער צוקער ווי אן עפל אדער באנאנע .
פארשטייט זיך אז מיר רעדן דא פון פארפרוירענע סטראבעריס וואס האבן א גוטע , פארלעסליכע הכשר

טרויבן

אונז קענען די באקאנטע רויטע און גרינע טרויבן פון גראסערי , אבער ווי אינטערעסאנט עס הערט זיך , זענען פאקטיש דא איבער 8,000 אנדערע סארט טרויבן אויפ ' ן מארק !
די ספאנישע אימיגראנטן האבן אריינגעברענגט טרויבן קיין אמעריקע בערך 300 יאר צוריק .
טרויבן זענען גוט פאר די זע-‏ קראפט , פאר די הארץ , פאר די
קוואליטעט פון אונזער שלאף און פאר אונזערע ביינער . געוויסע שטודיעס האבן אפילו אויפגעוויזן אז עסן טרויבן קען פארבעסערן די זכרון און פאקוס .