2 5 25 | Page 96

מאנגאו

מאנגאוס זענען איינע פון די מערסטע פאפולערע פרוכט איבער ' ן וועלט . און נישט אומזיסט ... מאנגאוס זענען גענוצט געווארן אין אינדיע אלס א מעדעצין פאר יארן . עס פארמאגט גאר אסאך וויטאמין , K , C פאטאסיום , פאלעיט , מאגניזיום , און פייבער . שטודיעס צייגן אז מאנגאוס נידערין די ריזיקע צו אנטוויקלען געוויסע סארט קרענק ה " י .
אייערע הענט קראצן נאך וואס איר שניידט אויף א מאנגאו ? מיינט נישט אז דאס פאסירט
ווייל די פרוכט איז קלעבעדיג און ס ' קלעבט צו אייערע הענט . דאס געשעט ווייל די שאלאכץ פון מאנגאו פארמאגט , urushiol וואס געפונט זיך אויך אין פויזן אייווי . איר דארפט זיך נישט
זארגן , ס ' וועט אויפהערן קראצן נאך אפאר מינוט , אבער מענטשן וואס זענען סענסעטיוו צו פויזן אייווי וועלן באקומען א פולקאמע עלערגישע רעאקציע ווען זיי רירן אן די
שאלאכץ און אפילו ווען זיי עסן א מאנגאו .
גוט צו וויסן : ווען א מאנגאו ' ס שאלאכץ איז רויט מיינט נאכנישט אז ס ' איז רייף . קוועטשט עס לייכטערהייט און זעט צו עס לאזט זיך עטוואס קוועטשן . אויב נישט איז עס נאכנישט רייף .
איר האט נישט געקענט טרעפן קיין רייפע מאנגאוס ? לייגט די מאנגאו אין א פאפירענע זעקל אויפ ' ן קאונטער און עס וועט ווערן רייף שנעלער .
פרוכט איז טאקע זייער געזונט , אבער אז איר זוכט צו פארלירן וואג , מאכט א חשבון פון וויפיל קאלעריס די פרוכט האבן . די צוקער אין די פרוכט איז נאטירליכע צוקער , אבער ס ' איז למעשה קארבס וואס איר זוכט
קעלעריס
95 קעלעריס
62 קעלעריס
פרוכט
עפל ( איין גאנצע )
מאראנץ ( איין גאנצע )
42 קעלעריס
מעגליך צו שניידן . כאפט א בליק אויפ ' ן טשארט צו זען וויפיל קאלעריס די פרוכט ענטהאלטן .
אלנפאלס , אודאי און אודאי איז אן עפל געזונטער ווי קיכעלעך , און אז איר זוכט עפעס זעטיג און געזונט , דערפרישט אייך מיט א פרוכט smoothie אנשטאט אן אייז קרעים . געדענקט נאר אז פרוכט איז נישט קאלערי-פריי .
קיווי ( איין גאנצע )
סטראבעריס ( 2 25 1 / קעלעריס גלאז , צושניטן )
טרויבן ( 2 1 / גלאז , 52 קעלעריס בערך 32 טרויבן )
מאנגאו ( איין גאנצע )
150 קעלעריס
פיינעפל ( 2 1 / גלאז , 41 קעלעריס צושניטן )
באנאנע ( איין גאנצע ) 105 קעלעריס