פיינעפל
אין פראנקרייך ווערט דער פיינעפל גערופן דער מלך פון אלע פרוכט . ביז ' ן פופצנטן יאר הונדערט פלעגט די פרוכט זיין זייער טייער ווייל מ ' האט נישט געפלאנצט קיין סאך דערפון . אין אייראפע האבן נאר קעניגן און אדל-לייט זיך ערלויבט צו עסן פון דעם טייערן פרוכט .
פיינעפל איז זייער גוט פאר ' ן יעצטיגן פארקילונג-און-פלו סעזאן , ווייל עס פארמאגט אסאך וויטאמינען און מיניראלן וואס פארשטערקערן די אימיון סיסטעם קעגן ווירוסן און באקטעריעס . פיינעפל איז אויך זייער געזונט פאר די ביינער און קען בארואיגן יסורים צוליב ארטארייטיס וואס אומצאליגע מענטשן ליידן אויף .
זייט געווארנט אז פיינעפל האט א הויכע מאס פון אסיד . דערפאר וועט עס צומאל ברענגען ווייטאג אין די מויל אדער האלז און עסן צו סאך דערפון קען ברענגען מאגן-ווייטאג און מאגן-ברענען .
באנאנעס
וואס וואלטן מיר סערווירט קליינע קינדער ווען באנאנעס וואלטן נישט געווען אזוי געשמאק און ביליג ?
באנאנעס זענען זעטיג , אפעטיטלעך און פראקטיש .
פאר קינדער און ערוואקסענע איז א באנאנע דעם נומער 1 פרוכט , אבער קינדער בענעפיט ' ן נאך די מערסטע פון א באנאנע ' ס הויכע מאס פאטאזיום . פאטאזיום שפילט א וויכטיגע ראלע
אין מוסקל און נערוו פונקציעס . פאר א קינד וועט א באנאנע ' ס נאטירליכע צוקער אים געבן די שטופ פון ענערגיע וואס ער דארף . און , להבדיל , ווען איר זעט א ספאנישע
גוי ' טע אהיימגיין פון איר שווערע פיזישע ארבעט מיט א באנאנע אויפ ' ן גאס , האט זי אויסגעוועלט אין גראסערי דאס וואס וועט זיך איר לוינען די מערסטע : א
געוואלדיגע שטופ פון ענערגיע פאר א קנאפע פאר צענט ...