2 5 25 | Page 94

ACAI

די מצות ' עשה ' פונעם דור קוקט אויס איז עסן אסאיי ... ערנסט גערעדט , איז עס טאקע אזוי געזונט ווי דער עולם רעדט ? ( זיך איין ?( פון וואו קומט די אסאיי ? העלפט עס מיט וואג-פארלוסט ?
אסאיי בערי איז א פרוכט פון א פאלם בוים וואס געפונט זיך אין דרום אמעריקע – מערסטנס פון די סארט פאלם ביימער וואקסן אינעם עמעזאן טראפישן וואלד אין בראזיל . די בעריס זענען מורא ' דיג שווער אריבערצוטראגן פון איין פלאץ צום צווייטן ווייל ס ' ווערט שנעל פארדארבן . דערפאר איז עס ביז לעצטנס געווען פאפולער בלויז אלס א זאפט , און נישט אלס א פרוכט .
לעצטנס , א-דאנק די היינטיגע פארגעשריטענע טעכנאלאגיע , האבן פירמעס מצליח געווען צו flash- ' freeze ן ( דאס איז א פארגעשריטענע מעטאד וויאזוי צו פרירן עסנווארג ) אסאיי בעריס און אזוי איז אסאיי געווארן אוועילעבל צו באקומען אין צענדליגע פלעצער ארום דער וועלט . אויף אזוי ווייט אז פון 2012 ביז
2022 איז די צאל וויפיל מער אסאיי ס ' איז ארויס פון בראזיל געשטיגן מיט ! 21,000 %
די טיפישע ' אסאיי באול ' ווערט געמאכט דורך געפרירטע acai puree צעמאלן מיט פארפרוירענע פרוכט ווי למשל באנאנעס , סטראבעריס , בלובעריס און מאנגאו . דערנאך לייגט מען צו גראנאולע , פרישע פרוכט , ניסלעך , קערלעך , קוקוסנוס , נוס-פוטער און האניג אלץ טאפינג .
זענען אסאיי באול ' ס געזונט ? די קורצע ענטפער איז יא , און די לאנגע ענטפער איז אז ס ' ווענדט זיך אויף די באשטאנדטיילן . אן אסאיי בערי אליין איז א סופער-פוד ( אן עסנווארג וואס איז רייך אין נערונג און שיינט צו זיין גאר גינסטיג פאר ' ן געזונט (. די בעריס ענטהאלטן אסאך אנטי-אקסידענטס , פייבער און פעטנס וואס זענען געזונט פאר ' ן הארץ .
רוב מאל ווערט עס אבער אויסגעמישט מיט נאך פרוכט , דערפאר קענט איר עס אנקוקן ווי סיי וועלכע אנדערע פרוכט smoothie וואס האט אין זיך אויך אסאיי . פון די אנדערע זייט , אז אייער אסאיי באול איז מער juice און טשוקלוד-טשיפס און פינאט באטטער ווי אסאיי – דאן רעכנט אליין אויס ווי געזונט ס ' איז , לויט ווי געזונט פינאט באטטער און טשוקלוד טשיפס זענען ...
רוב אסאיי באולס פארמאגן בערך 300-600 קעלעריס און צומאל מער אין א טעלער , ( אסאיי בעריס אליין האבן אסאך פעט ) דערפאר , אויב זוכט איר צו פארלירן וואג , וועט א טעלער גרינצייג זיין א בעסערן אויסוואל .