2 5 25 | Page 93

אינטערעסאנטע פאקטן איבער פרוכט
אינטערעסאנטע פאקטן :
באמת איז די שאלאכץ פון קיווי געמאכט צו עסן , ס ' איז אבער מעגליך א פראבלעם פון ווערעם .
אויך באנאנע שאלאכץ איז בעצם גאר געזונט . מ ' קען עס פרעגלען , באקן , און אפילו אריינמישן אין . smoothies ס ' פארמאגט אסאך פייבער , אנטיאקסידענטס און פאטאסיום . אין אסאך לענדער עסן מענטשן באנאנע שאלאכץ אלס א סנעק . איר קענט דאס אויספרובירן … ( מאכט נאר זיכער ס ' איז ריין פון ווערים .(
אוועקאדאס זענען לעצטנס געווארן מורא ' דיג פאפולער . אין 2022 איז געשאפן געווארן א גלאבאלע אוועקאדא מאנגל און די פרייזן זענען ארויף אויף א געוואלדיגע פארנעם .
דערשרעקט אייך נישט , אבער אז איר עסט צופיל קערלעך פון עפלעך קען עס ווערן פארדייט אין אייער קערפער אלס cyanide וואס דאס איז די הויפט באשטאנדטייל פון Zyklon B . Zyklon
B איז גענוצט געווארן דורך די נאציס ימ '' ש אומצוברענגען אונזערע אור-עלטערן אין די גאז-‏ קאמערן ה " י . זארגט אייך נישט , איר דארפט עסן די קערלעך פון 20-30 עפלעך " אויפאמאל " און עס גוט צוקייען כדי די שענדליכע כעמיקאל זאל קענען האבן א השפעה אויף אייך ...
אין כינע נעמען פלוימען אויף אן אויבן-אן אין קאך . עס ווערט געגעסן רויערהייט , געטרוקנט , גע ' פיקל ' ט און ווערט אפילו פארוואנדלט אין פלוימען-וויין !
געוויסע מאראנצן שאלעכץ זענען גרין – אפילו ווען זיי זענען רייף . פירמעס וועלן אבער קאלירן די פרוכט מיט אן אראנדשע קאליר כדי ס ' זאל ציען קאסטומערס .
א קוקוסנוס ( coconut ) קען שווימען איבער די וואסער פאר לאנגע מיילן אן ווערן דערטראנקען – דאס איז צוליב די חכמה וויאזוי די שאלאכץ איז אויסגעשטעלט .
מאראנצן , פיינעפל , פאפאיע , קיווי , מאנגא , פיטשעס , אפריקאטס , פלאמס און אפילו פייגן און מילגרוים קענען ווערן גענוצט פאר meat
– tenderizers צו מאכן פלייש ווייך און זאפטיג . די באקאנטע duck sauce פארמאגט געווענליך פיינעפל , פיטשעס און \ אדער אפריקאטס און דערפאר גיבט עס אזא געשמאקע טעם פאר די פלייש .
ס ' נעמט בערך 2.5 פונט טרויבן ארויסצוקומען מיט איין באטל וויין .
די פרוכט וואס ווערט די מערסטע געגעסן איבער ' ן וועלט איז די באנאנע . איבער 100 ביליאן באנאנעס ווערן געגעסן איבער ' ן וועלט אין בלויז איין יאר !
צוויי פון די '' יובארי קעניג מעלאנע '' ( א געוויסע סארט מעלאנע ענליך צו א קענטעלאופ וואס וואקסט אין יאפאן ) איז פארקויפט געווארן אין יאפאן אין 2019 פאר די פרייז פון $ 12.000 א מעלאנע .
סטאטיסטיקס צייגן אז ...
א 1 / 3 פון די וועלט ' ס עסן וואס ווערט פרודעצירט ווערט ארויסגעווארפן . די סטאטיסטיק איז אבער די מערסטע נוגע ווען ס ' קומט צו פרוכט . אין געוויסע געגנטער קומען כמעט 50 % פרוכט קיינמאל נישט אן צו די געשעפטן ...
אין אן אמעריקאנע הויז , וועט איין אין יעדע פיר באנאנעס ווערן ארויסגעווארפן ווייל ס ' איז געווארן ברוין צו שנעל ...
א געווענליכע אמעריקאנער עסט בערך 17 פונט עפל א יאר . ( אהא ! כ ' האב זיך טאקע געוואונדערט פון וואו די איבריגע 17 פונט קומען ...(
אין 2015 האבן אומצאליגע מענטשן אנגעהויבן ליב צו האבן פיינעפל . די פירמעס האבן דערפאר אנגעהויבן פלעיווער ' ן אלעס פיינעפל פלעיווער , פיינעפל-פלעיווערד-פאטעיטא-טשיפס , פיינעפל-פלעיווערד-פיצא …