האט איר געוואוסט אז די קערלעך פון עפלעך , פיטשעס און טשעריס זענען גאר רייך אין וויטאמינען ? האט איר געוואוסט אז איין מאראנץ האט גענוג וויטאמין C וואס א מענטש דארף פאר ' ן גאנצן טאג ? וויפיל ווייסט איר איבער פרוכט בכלל ? די פאלגנדע טעסט וועט אייך געבן אסאך אינטערעסאנטע
Test אינפארמאציע איבער די פרוכט וואס מיר עסן .
וועלכע פון די פאלגנדע פרוכט איז א ? berry
א . עפל ב . באנאנע ג . סטראבערי
ד . מאנגאו
וועלכע פרוכט איז די גרעסטע מקור פון אן אומגעווענליכן ענזיים מיט ' ן נאמען actinidin וואס די ענזיים איז די געלונגנסטע meat tenderizer וואס איז
פארהאן ? א . פיינעפל ב . קיווי ג . פאפייע ד . מאנגאו
וועלכע פרוכט ' ס קערלעך זענען גאר פאפולער אין מיטל-מזרח לענדער ( אזויווי ארץ ישראל , איראן , איראק , אומאן א . א . וו .(?
א . מילגרוים ב . גרעיפפרוכט ג . passion פרוכט ד . גואווא ( guava )
וועלכע פרוכט , אז מ ' לייגט עס אין איין זעקל מיט אנדערע פרוכט וועלן די אנדערע פרוכט ווערן רייף ?
א . מאנגאו ב . אוואקאדא ג . באנאנע ד . פאפייע
וועלכע פרוכט איז געווען דער ערשטער פרוכט וואס מ ' האט מצליח געווען איינצופלאנצן אין ספעיס אין ? 1995
א . סטראבערי ב . טאמאטע ג . טרויבן ד . מעלאנע
וועלכע פרוכט וואקסט פון דער ערד , און נישט פון א בוים ?
א . פאפייע ב . פיינעפל ג . קיווי ד . מילגרוים
Answers
א - ב – באנאנעס . סטראבעריס זענען נישט קיין בעריס , און באנאנעס זענען אייגנטליך א סארט בערי .
ב - ב
ג - א
|
ד - ג
ה - ב
ו - ב – פיינעפל . רוב פרוכט וואקסן אויף אן אופן אז א בלום אנטוויקלט זיך העכער די פרוכט ( אזויווי
|
די ' בלום ' העכער סטראבעריס , מילגרוים א . ד . ג .( אבער א פיינעפל וואקסט פארקערט . עס וואקסט ארויס פון דער ערד אלס א בלום , און העכער דעם |
וואקסט ארויס די פרוכט . איר וועט באמערקן די אויסגעטרוקנטע בלום אונטער ' ן פרוכט . ( די בלעטער העכער די פיינעפל הייסט נישט די בלום דערפון .( |