ח . גראס
אלעס ארום פרוכט
זאל איך עסן פרוכט ביינאכט ? אינדערפרי ?
ס ' איז צען א-זייגער ביינאכט און כ ' טרעף זיך ארומוואנדערן די קאך זוכן ... עפעס . כ ' בין אפשר נישט הונגעריג ( נאש ' עדיג ?( אבער פון מיין זייט וואלט איך ארויסגענומען אפאר ראגעלעך פון פריזער .
שטייענדיג ביים פריזער עפן איך אבער ענדערש אויף די פרידזשידער , כ ' נעם ארויס א מאראנץ , און כ ' ווייס אז כ ' האב געמאכט דעם קלוגערן אויסוואל . ביז ...
ס ' בליצט אייך אויף אין געדאנק עפעס וואס איר האט לעצטנס געליינט : עסט נישט קיין פרוכט ביינאכט ! ס ' וועט הייבן אייער צוקער , אייך ברענגען איבריגע וואג און פארשטייטערן אייער קערפער ' ס פארדייאונג !
אוי וויי וויי ... מיין מסירת נפש פאר ' ן זיך איינהאלטן פון
ראגעלעך צאלט זיך בכלל נישט אויס ! איז ווען זאל איך יא עסן פרוכט ? צופרי ? נאכמיטאג ? קיינמאל ?
קודם כל , לאמיר אויפלעזן די איינרעדעניש אז פרוכט
ביינאכט \ צופרי \
דאס אלעס איז געזאגט געווארן פאר געווענליכע פעלער . אז איר זעט אז איר באקומט מאגן- ברענען \ נעמט צו וואג \ פילט זיך נישט אומבעסטן נאכ ' ן עסן פרוכט א געוויסע צייט אין טאג , האלט אייך אפ פון עסן פרוכט אין יענע צייט .
נאכמיטאג איז גאר געזונט אדער גאר אומגעזונט פאר ' ן מענטש . רוב פרוכט האבן אסאך וויטאמינען און געזונטע אייגנשאפטן פונעם בורא כל העולמים אליין און זענען גינסטיג פאר ' ן מענטש סיי וועלכע צייט פון טאג .
פון די אנדערע זייט איז סיי וועלכע עסנווארג וואס מיר עסן פאר ' ן שלאפן , אין אלגעמיין , וועט זיך פארדייען שטייטער ווי סיי וואס מיר עסן אינמיטן טאג ווייל די פארדייאונגס-סיסטעם ארבעט שטייטער ווען מיר שלאפן .
אבער דאס האט גארנישט צוטון מיט פרוכט , און אז איר נעמט א פרוכט אנשטאט אן אומגעזונטערן אויסוואל , זענט איר דאך סייווי א צדיק .
צוקער אין די בלוט הייבט זיך פון עסן צוקער – און פארגלייכט די ביסל צוקער אין די פרוכט צו די גרויסע קוואנטום צוקער וואס ליגט אין אפאר קענדיס אדער קוכן און מאכט אליין די חשבון .
עסן פרוכט אינדערפרי איז א געוואלדיגן אופן וויאזוי אנצוהייבן דעם טאג . די פייבער און נאטירליכע צוקער וועט אייך געבן די ענערגיע וואס איר דארפט און אייך האלטן זאט ביז ' ן קומענדיגן מאלצייט .
אויב זענט איר סענטיטיוו צו פרוכט מיט אסאך אסיד ( ווי מאראנצן , גרעיפ-פרוכט , פיינעפל א . ד . ג .(, עסט מילדערע פרוכט ווי באנאנעס אדער עפלעך . דאס איז אויך נוגע פאר סיי ווען אין טאג .
אונטערשטע שורה : ווען זאל איך עסן פרוכט ? ס ' איז נישט דא קיין וואן-סייז-פיטס-אלל ענטפער . עסט פרוכט אלט טייל פון א באלאנסטירטע דיעטע – סיי וועלכע צייט אין טאג .