ח . גראס
פרוכט ! נאסע , טרוקענע , אויג-פארכאפנדע ... די הימלישע מתנות וואס זענען דא בלויז פאר אונזער הנאה גיבן אונז טאקע הנאה אויף אן אויסערגעווענליכע פארנעם .
אונזערע באבעס פלעגן מאכן דשעם פון פרוכט די גאנצע זומער און עס באהאלטן אין די קעלערן פאר די ווינטער . היינט , ווען דשעם איז שוין כמעט נישט קיין ווייטע קוזין צו די אריגינעלע פרוכט , און מיר האבן אזויפיל מאל מער צוטריט צו פרוכט ווי אונזערע באבעס , האבן מיר די בענעפיט פון פרישע פרוכט אינעם ווינטער און מיר קענען נוצן פרוכט אויף אונזערע אייגענע שעפערישע אופנים .
יעדע בעל הבית ' טע קען מעיד זיין וואספארא וויכטיגע ראלע פרוכט שפילט אינעם טאג- טעגליכן דיעטע . זיי טרעפן זייער פלאץ אין געבעקסן און געקעכצן , ווערן אויפגעשניטן אין אלע סארטן ציענדע פארמען , און פארנעמען די חשוב ' סטע פלעצער ביי יעדע שמחה אדער פארברענג .
ס ' איז אבער דא א סיבה פארוואס השי '' ת האט אויסגעשטעלט פרוכט אזוי ציענד צום אויג . אין אן איינצלנע עפל ליגט באהאלטן אזויפיל וויטאמינען און געזונטע אייגנשאפטן אז ס ' איז קריטיש פאר ' ן מענטש עס אריינצונעמען אין זיין דיעטע . די אנטי-אקסידענטס וואס ליגן באהאלטן אין מאראנצן , מילגרוים – און אפילו ! acai – זענען וויכטיג פאר ' ן געזונט דורכאויס דעם ווינטער סעזאן , און דורכאויס דעם גאנצן יאר .
לאמיר זיך באקענען מיט די פרוכט וואס ליגן ביי אונז אין קאך , זייערע אייגנשאפטן , געזונטהייט בענעפיטן און אינטערעסאנטע פאקטן איבער זיי .