רבינו הקדוש מסאטמאר זצוק " ל לערנט אונז אז ווען מיר דערמאנען יעדן טאג די ענין פון מרים הנביאה , וואס עס איז מיט איר געשען ווייל זי האט איינמאל גערעדט לשון הרע , דארף מען אויך געדענקען דעם גיטן חלק פון די מעשה , אז ווען מרים הנביאה איז געווען איינגעשפארט אויף זיבן טעג האט זי זוכה געווען אז דער גאנצער כלל ישראל מיט די ענני הכבוד , דער משכן , דער ברינען מיט וואסער , אלעס האט זיך נישט גערירט פון פלאטץ , וועגן איר כבוד , זיי האבן אלע געווארט ביז מרים וועט אויסגעהיילט ווערן , דאס האט זי זוכה געווען , ווייל ווען יוכבד האט אריינגעלייגט משה רבינו אין א קעסטעלע און עס אריין געלייגט אין ים סוף , האט זיך מרים אוועק געשטעלט אכטונג געבן וואס עס וועט דארט זיין , וועגן די קליינע צייט וואס זי איז דארט געשטאנען האט גאנץ כלל ישראל געווארט אויף איר גאנצע זיבן טעג .
דאס גיט אריין א טרייסט און אן התחזקות פאר אידישע קינדער וואס פלאגן זיך אזוי שטארק מקיים צו זיין די תורה , ווי גרויס וועט זיין זייער שכר פאר יעדע קלייניקייט וואס מען טוט פארן באשעפער . ( דברי יואל בהעלותך שלד )
חאטש עפעס א קלייניקייט !
עס איז ידוע פון די ספרי ראשונים ווי עס ווערט געברענגט אין ספר הרוקח פאר יעדע איינציגע עבירה פארשידענע תעניתים און סיגופים , אבער וואס זאל מען טון אין היינטיגע שוואכע דורות אז מען האט נישט די כוחות אפצורעכטן די אלע תעניתים און סיגופים , מוז מען אבער טון פאר כפרת עוונות יעדע קליינע סיגוף וואס שוואכט נישט אפ די כוחות הגוף , איבערהויפט אזא גרינגע זאך ווי שווייגן און ווייניגער ארומשמועסן דברים אסורים וואס ווען מען טוט דאס , טוט עס נאך פארמערן כוחות פארן גוף , וואלט מען דאך אוודאי געדארפט שווייגן פון אלע דיבורים אסורים , אבער ליידער אפילו אזא קליינע גרינגע זאך קען מען אויך נישט טון .
לאמיר זיך מתבונן זיין :
נאכדעם וואס מען האט ליידער אזויפיל געזינדיגט און ווידערגעשפעניגט קעגן דעם באשעפער , פארוואס זאל מען נישט מקריב זיין פאר הקב " ה דעם קליינעם קרבן אז מען זאל זיך חאטש אפהיטן דאס מויל פון צו רעדן דארט ווי מען דארף נישט רעדן ? ווי קען דאס זיין אזא קלייניגקייט זאל מען נישט קענען טון פאר השי " ת נאכדעם וואס
יעדער איינער ווייסט דאך די הארבע עבירות וואס קומען דורכן לשון און ווי ווייט חז " ל האבן מחמיר געווען אין זייערע עונשים ! ( מחזור דברי יואל סוכות )
דער באשעפער זאגט , דער וואס רעדט לשון הרע , זאל נישט רעדן פון מיין גרויסקייט !
מיר בעטן יעדן טאג אסאך מאל אין די תפלות , אז מיר זאלן זיין צו זיין פון די וואס וועלן זוכה זיין צו די גרויסע פרייד וואס עס וועט זיין ווען משיח וועט קומען , און דאן וועלן מיר לויבן דעם באשעפער מיט גרויס פרייד אויף די אלע נסים וואס עס וועט זיין ביי די גאולה שלימה .
אבער מיר דארפן זיך צוגרייטן אז מיר זאלן חלילה נישט זיין פון די מענטשן וואס דער באשעפער וויל נישט אז זיי זאלן דערציילן דעם באשעפער ' ס נסים ווי מיר געפונען אין נ " ך , ( מלכים ב ח ) ביי די מעשה ווען דער קעניג פון די אידן האט געפרעגט גיחזי ( וואס ער איז געווען דער באדינער פון אלישע הנביא ) פארצייל מיר עפעס פון די גרויסע וואונדער וואס דער נביא האט געטון ? און ווי ער האט נאר געוואלט אנהייבן צו פארציילן די גרויסע אפענע וואונדער פון תחיית המתים וואס יעדער האט געזען ווי אלישע האט לעבעדיג געמאכט דאס טויטע קינד פון שונמית , ווי עס ווערט דערמאנט אין ( מלכים ב ד ) פלוצלינג דערזעט ער , צו זיין גרויס וואונדער אז אט שטייט די פרוי שונמית מיט איר לעבעדיג קינד ביי די טיר פון דעם מלך , קומענדיג בעטן א בקשה פון דעם מלך .
פרעגן חז " ל ווי אזוי איז דאס געשען אז זי איז פלוצלינג אנגעקומען , איז זי דען געשטאנען גרייט אינטער די טיר זי זאל זיך קענען תיכף באווייזן פאר דעם קעניג ?
ניין , ענטפערן חז " ל זי איז נישט דארט געשטאנען נאר אפילו זי וואלט ווען געווען אין יענעם עק וועלט וואלט דער באשעפער איר געמאכט פליען און ברענגען אין די מינוט צום קעניג , אז נאר זי זאל פארציילן די מופת פון דעם נביא פארן קעניג , און נישט גיחזי , ווייל ער האט גערעדט לשון הרע און דער באשעפער האט נישט ליב אז איינער וואס רעדט לשון הרע זאל פארציילן זיינע וואונדער , ווי דער פסוק זאגט ( תהלים נ ) ולרשע אמר אלוקים מה לך לספר חוקי , דער באשעפער זאגט צו דעם רשע , וואס האסטו צו פארציילן מיין תורה , דעריבער איצטער איז די צייט צו מאכן שיעורים אין שמירת הלשון און זיך מתקן זיין צו זיין גרייט צו לויבן דעם באשעפער פאר די גרויסע ישועות במהרה בימינו אמן . ( ילקוט שמעוני ויקרא - פרק יד - רמז תקנז )