2 5 25 | Page 173

בשלח
מוסדות פאפא גרייט זיך אהערצושטעלן ביליגע זאלן
דעם מוצאי שבת קודש איז געמאלדן געווארן דורך די הנהלה פון מוסדות פאפא , איבער א פרישע אונטערנעמונג וואס איז געלאזט געווארן אין גאנג , אהערצושטעלן ביליגע זאלן פאר די חברי הקהילה , צו קענען חתונה מאכן מיט א רואיגקייט מיט הרחבת הדעת .
ביים יערליכן מלוה מלכה אין קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג , מיטן אנוועזנהייט פונעם נשיא המוסדות כ " ק אדמו " ר מפאפא שליט " א , האט דער ענערגישער מנהל המוסדות הרה " ח ר ' יואל פריעדמאן הי " ו געמאלדן מיט פרייד , אז די הנהלת המוסדות ארבעט אויף א פראיעקט אהערצושטעלן די באקאנטע " כתר צבי " זאל , צו קענען דארט חתונה מאכן אויף א ביליגע פארנעם . די דעטאלן ווערן נאך אויסגעארבעט , מיטן האפענונג אז עס וועט אריינגיין אין קראפט צום קומענדיגן יאר .
כ " ק גאב " ד מאקאווא פראוועט א געהויבענע שבת אין וויליאמסבורג
א גאר דערהויבענע שבת איז אריבער מיט כ " ק גאב " ד מאקאווא שליט " א דא אין שטאט , אין די צייט וואס דער רב שליט " א וויילט די טעג אין ניו יארק אויף א ביקור חיזוק בקרב חסידיו , לרגל די שמחת החתונה פון א קינד ביי מקורבו הנגיד החסיד ר ' יעקב אבעלעס הי " ו מגדולי תומכי המוסדות .
דער מאקאווא רב שליט " א איז אנגעקומען קיין ניו יארק פאריגע וואך זונטאג , שבת קודש פרשת בא העעל " ט איז געפראוועט געווארן איו די גרויסע בנין פון מוסדות סאטמאר ביים ווינקל פון פארק עוועניו און טרופ וואס איז ספעציעל ארויסגעדינגען געווארן פאר די תפילות און טישן און די סעודות שבת קודש , אכסניית הכבוד פון רבי ' ן איז אין שטוב פון הנגיד ר ' שלמה פעדער הי " ו .
יערליכער כינוס תלמידי וחסידי קאשוי די וואך ביים " שבת שירה-שבת התאחדות "
ברוקלין נ . י . - דעם שבת ווערט ערווארטעט א גרויסער ציבור צום אייגנארטיגן " שבת התאחדות " פון די פילע בני הקהילה " קהל עדת קאשוי " וואס וואוינען אין אלע געגנטער אין וויליאמסבורג , ווי אויך פילע אויסשטעטישע געסט , וואס וועלן קומען דאווענען און אפרעכטן דעם
שבת אינאיינעם , באותו מקום אינעם קאשוי ' ער בית המדרש ווי עס איז געווען דער מנהג פילע יארן ביי דעם מייסד הקהילה כ " ק הגה " ק מקאשוי זי " ע . די עסקני הקהילה לייגן אריין גרויסע כוחות איינצורישן דעם ביהמ " ד מיט אלע הצטרכות ' ן עס זאל קענען אויפנעמען דעם עולם דורכאויס דעם שבת , ספעציעלע פלאטפארמעס זענען געווארן אויפגעשטעלט און א גרויסער טענט אויפן גאס , צו קענען אקאמאדירן דעם גאנצן ציבור , הן ביי אלע תפלות , סיי ביי דעם עריכת השולחן בליל שבת קודש , און דאס זעלבע ביי " סעודה שלישית " בעת רעוא דרעוין , ווי ביי די אלע געלעגנהייטן וועט מען הערן דברי התעוררות וחיזוק פון רבי ' ן שליט " א , צווישן זיי אויך מפי רבני ומשפיעי הקהילה שליט " א תלמידי הגה " ק מקאשוי זי " ע . במדה גדושה האט ארויסגעברענגט התרגשות דער מעלדונג אז מען וועט אינאיינעם אפרעכטן דעם סעודת ליל שבת קודש סעודת חקל תפוחין קדישין אינאיינעם אין א פאראייניגטע מסגרת און א שבת ' דיגע אטמאספערע . ווי אלע יארן וועט ווערן פארטיילט ביי סעודה שלישית מידו פון רבי ' ן שליט " א די ספעציעלע קעסטלעך פירות לכבוד חמשה עשר בשבט הבעל " ט , לכבוד דעם יום טוב הממשמש ובא , און באזונדערע מזכרת פאר די בחורי חמד וואס זענען אנגעשלאסן אין דעם " התאחדות בחורי קאשוי ". באזונדער וועלן זיך צוזאמקומען די פילע תשב " ר פון אנ " ש דקאשוי אום שבת נאכמיטאג צו אמירת תהלים בצותא חדא , סיי די תשב " ר וואס קומען זיך צונויף יעדן שבת צו חברת תהלים סיי די וואס קומען אנטייל נעמען מוצאי שבת אינעם אבות ובנים , און דער רבי שליט " א וועט אויפטרעטן פאר זיי בדברי חיזוק , און מען וועט פארטיילן א ספעציעלע מתנה לכבוד דעם שבת .
האדמו " ר ממאחנובקא בעלזא באזוכט וויליאמסבורג
כ " ק אדמו " ר ממאחנובקא בעלזא שליט " א איז אנגעקומען אויף א געהויבענע באזוך בקרב חסידיו אין ניו יארק , און וועט פראווענען א גרויסע שבת פרשת בשלח שבת שירה , בקרב קהילתו הק ' אין אונזער עיר ואם בישראל וויליאמסבורג , לרגל די מעמד חנוכת הבית פארן הערליך איבערגעבויעטע בית המדרש דחסידי מאחנובקא בעלזא אין וויליאמסבורג .
דער רבי שליט " א קומט צו פארן באשיינען די שמחה בבית מקורבו הנגיד החסיד ר ' משולם יאקאבאוויטש הי " ו , דעם רבינ ' ס בעל אכסניא אין וויליאמסבורג , און דער בריח התיכון פון די קהילה אין וויליאמסבורג .
דאנערשטאג אויפדערנאכט וועט פארקומען די מעמד חנוכת הבית פאר די נייע איבערגעבויעטע ביהמ " ד אויף קיעפ סטריט אין וויליאמסבורג , אינאיינעם מיט די מסיבת לחיים לרגל די יום הצלה פון הרה " ק מהר '' א מבעלזא זי " ע ט ' שבט .
שבת קודש שבת שירה וועט דער רבי פראווענען די תפילות און טישן אין די זאלן פון עידן פאלאס , און שלש סעודות אין ביהמ " ד מאחנובקא בעלזא .