גרויסער כינוס תלמידי וחסידי קאשוי וועט פארקומען אין גיגאנטישן דוגאל גרינהאוז פלאזא
עס ווערן געמאכט פיבערהאפטיגע הכנות צו אן ערשטמאליגע כינוס אדיר פאר כלל תלמידי וחסידי קאשוי , כינוס " אהבת תלמידים ", וואו עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער תלמידים פון די קאשויער ישיבה אין לויף פון צענדליגע יארן , זיך ווידער טרעפן אינאיינעם בשבת אחים , און ערוועקן אלטע זכרונות , שטיצענדיג דערביי די ישיבה הק ' אהל רפאל קאשוי , לשמו ולזכרו פון הגה " ק מקאשוי זי " ע בעל ברכת שמים .
אין די יעצטיגע טעג איז באשטעטיגט געווארן די גענויע פלענער פארן מעמד גדול , וואס איז באשטימט געווארן אויף זונטאג פרשת תרומה , אור ליום כ " ו שבט , בליל הילולא קדישא פון הגה " ק רבי שאול בראך זצ " ל מקאשוי , רבו מובהק פונעם קאשויער רב הגה " ק בעל ברכת שמים זי " ע .
מען האט ארויסגעדינגען די זאל פון דוגאל גרינהאוז פלאזא , וואס וועט ווערן אהערגעשטעלט פאר דעם פראכטפולן מעמד מיט גרויס כבוד .
קידוש השם אין די ליפטן
א גרופע הצלה וואלונטירן פון וויליאמסבורג און מאנטריאל האבן פאראורזאכט א געוואלדיגע קידוש ה ' אויף א פליגער וואס איז געפארן פון ניו יארק קיין א " י ווען זיי האבן געראטעוועט א איד וואס האט געליטן פון א שווערע הארץ אטאקע אינמיטן די פלי רייזע .
עס האט פאסירט ווען דער פילאט האט אויסגערופן אז עס האט זיך געמאכט א מעדיצינישע עמערזשענסי אויפן פליגער און אויסגערופן אז וועלכע פאסאזשיר עס קען ערשט הילף זאל זיך מעלדן , די גרופע הצלה וואלונטירן וואס איז באשטאנען פון עטליכע וואלונטירן פון וויליאמסבורג הצלה און א וואלונטיר פון מאנטריאל הצלה זענען גלייך געגאנגען צו דער ערשטע קלאס וואו דער פאציענט האט זיך געפונען , זיי האבן אנגעהויבן צו ארבעטן אויף דעם איד און האבן סוקסעספול באוויזן צו סטאביליזירן זיין צושטאנד .
די פילע רייזענדע אויפן פליגער האבן באוואונדערט זייער אקט פון קידוש ה ' ביים ראטעווען א פרעמדע איד .
אין די שווערע צייטן מיט אינפלאציע קומט גינסטיגע נייעס
אין א שריט וואס וועט שטארק ארויסהעלפן אידישע פאמיליעס מיטן איינקויפן פאר שבת איז די 64 אונס גרעיפ דזשוס פלעשע פון די באקאנטע ' קדם ' פירמע געווארן אקצעפטירט דורך די ’ וויק ’ פראגראם אלס א 100 פראצענטיגע דזשוס , דאס מיינט אז מ ׳וועט פון היינט און ווייטער אויך קענען קויפן דורך ’ וויק ’ די גרעיפ דזשוס אנשטאט ווי ביז היינט בלויז אראנדזש אדער עפל דזשוס
די גרעיפּ-דזשוס וואס וועט קענען ווערן באצאלט מיט וויק , זענען די פּא פּולערע 64 אונס פלעשער , און וועלן קומען מיט ספעציעלע אנצייכענונגען , און וועלן העלפן אידישע פאמיליעס אין נויט אריינברענגען דעם שבת עטוואס גרינגער .
בארא פארק קאמיוניטי באורד שטימט צו רופן א גאס אויפן נאמען פון העסקן ר ' יעקב מאיער ע " ה
שטייענדיג מער צוויי יאר זינט די פריצייטיגע פטירה פונעם לעגענדארן עסקן הרב יעקב מאיער ע " ה , גרינדער פון די וועלט באקאנט מתעסקים ארגענעזאציע , און טעטיגער עסקן לכל קדשי בית ישראל אין ניו יארק און אנדערע געגנטער , איז פארגעקומען א פארמאלע אפשטימונג דורך די היימישע עסקנים אינערהאלב די קאמיוניטי באורד 12 וואס פארטרעט דעם היימישן ציבור אין בארא פארק , צו געבן א נאמען פאר א גאס אין בארא פארק , אין אנדענק פון ר ' יעקב ע " ה .
לויט די פארשריפטן ווערט די פלענער געשיקט אצינד צו די ניו יארק סיטי קאונסיל און די טראנספארטאציע דעפארטמענט , און דערנאך וועט עס פאקטיש ווערן דורכגעפירט מיטן געבן די נייע נאמען אויפן גאס אין אנדענק פון ר ' יעקב , די רעדע איז פון די זעכצנטע עוועניו , צווישן די אכט און פופציגסטע און ניין און פופציגסטע סטריטס .
פרישע געזעץ דורך פרעזידענט טראמפ צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם
ווי ערווארטעט האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיוו ארדער וואס שטעלט ארויף גאר שארפע ליניעס איבער אנטיסעמיטיזם אין אמעריקע , מיט פארשטערקערטע שטראפן און מער רעגולאציעס , מיטן ציהל אויסצוראטן די לעצטיגע אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם .
דורכאויס זיין פרעזידענטליכע קאמפיין , האט טראמפ עטליכע מאל גערעדט דערוועגן , זאגענדיג אז מען דארף טון שטרענגע שריט צו אפשלאגן אנטיסעמיטיזם , אונטער די נייע רעגולאציעס וועט די יוסטיץ דעפארטמענט קענען פארשיקן פון לאנד און אוועקנעמען וויזע רעכטן , פון סטודענטן וואס שטיצן טעראר אין די עפנטליכקייט , און שטעלן ארויס מיינונגען קעגן אמעריקע . אזוי אויך טוט די פרישע ארדער באפעלן סיי וועלכע פעדעראלע אגענטור אדער דעפארטמענט , צו באריכטן אנטיסעמיטישע אינצידענטן פיל שנעלער ווי ביז היינט .