2 5 25 | Page 171

היסטארישער דורכברוך : היימישער מענטל העלט ארגאניזאציע עפנט טויערן אין וויליאמסבורג
ידיד נפש שטעלט פאר אן היסטארישער דורכברוך מיטן עפענונג פונעם רעוואלוציאנערישן העלט ארגאניזאציע פארן היימישן ציבור | מעמד קביעת מזוזה און פתיחת שערים אין די הויפטקוואטירן דעם פארגאנגענעם זונטאג העעל " ט
וויליאמסבורג : די וואך איז פארגעקומען די היסטארישע מעמד קביעת מזוזה ופתיחת שערים אין אפיס פונעם שפאגל נייעם מענטל העלט ארגאניזאציע , געאייגנט פאר היימישע אידן אנ " ש . דער מעמד איז פארגעקומען דעם פארגאנגענעם זונטאג נאכט העעל " ט אין די פרישע הויפטקוואטירן פון די שפאגל נייע ' ידיד נפש ' אפיסעס , וועלכער וועט דינען אלס לייכטורעם פון האפענונג און אינפארמאציע פאר אחב " י וועלכע דארפן דערצו צוקומען
דער מעמד פתיחת שערים פארן ידיד נפש אפיס איז געפראוועט געווארן במעמד פון גאר חשוב ' ע רבנים און עסקני העיר , וועלכע פארנעמען זיך טעגליך מיטן ארויסהעלפן אחב " י אין פארשידנארטיגע קעיסעס און פעלער , וואס אינאיינעם האבן זיי באשטעטיגט אז עס איז געקומען דער צייט אפיציעל צו גרונדפעסטיגן א מקום וועלכער זאל זיך פארנעמען מיטן ריבוי פון מענטל העלט קעיסעס , וועלכע זענען אפטמאל פארנאכלעסיגט געווארן אינעם פארגאנגענהייט , נאך וואס מענטשן האבן נישט געהאט וואו זיך צו ווענדן אין צייט פון נויט .
עס איז גאר באגריסנד און גינסטיג דער פארקט
אז כלל ישראל איז זוכה צו אזא ארגאניזאציע , וועלכער עפנט אצינד די טויערן און פארשפרעכט צו פארבעסערן דעם מענטל העלט קעיר צושטאנד ביים היימישן ציבור . די גאר טרענירטע שטאב אנטשפרעכט זיך צו פארנעמען מיט יעדן קעיס באזונדער אויף אן אינדעווידואלן פארנעם , און דאס דינט אלס קריטישער טריט אין ריכטונג פון פולקאמער היילונג און פארבעסערונג אינעם הינזיכט פון גייסטישע הילף ביי אחב " י .
אין א וועלט אין וועלכן סטאטיסטיקס צייגן אז איין פון פינף מוטשענען זיך מיט מענטל העלט , איז קלאר אז עס איז געקומען די צייט צו בכרעכן די סטיגמא , און זיך נעמען דערצו מיט אלע כוחות . די נחשונים וועלכע זענען אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט , האבן דעם זונטאג געגרייכט א מיילשטיין , קענענדיג צוקוקן ווי זייער הארעוואניע הייבט אן קריגן פליגלען , און אז ידיד נפש איז שוין א פאקט . די נייע ארגאניזאציע וועט זיין דער ערשטער אריינצוגיין אין די היסטאריע ביכער פון כלל ישראל אלס פאזעטיווער אנטוויקלונג אויפן ריכטונג צו שלימות , ברענגענדיג די וויכטיגסטע הילף וואס כלל ישראל דארף , אויף א העכסט פראפעסיאנאלער און חידוש ' פולן פארנעם וואס איז נאכנישט געזען געווארן בעפאר .
די קריטישע ארגאניזאציע איז געגרינדעט געווארן בראשות דעם מעדיקאלן עקספערט און יחיד מומחה הרב זושא אויש שליט " א דומ " ץ וואולקאן , אינאיינעם
מיט העסקן ר ' זלמן לאווי הי " ו , און דעם אלעמען באקאנטן עסקן און הצלה הויפט הר " ר ישעי ' בערנאטה הי " ו , וועלכע האבן אינאיינעם געזען דעם קריטישן צורך , און האבן באשלאסן צו נעמען שריט אינעם גוטן ריכטונג , און ברייט עפענען די טויערן פאר א צענטער וועלכער וועט קומען צוהילף פאר אן א שיעור אידן וועלכע געפינען זיך אין דער פינסטערניש .
ביים מעמד האט אויפגעטרעטן הר " ר ישעי ' בערנאטה הי " ו מיט טרעפליכע רייד , ווען צווישן אנדערע האט ער ארויסגעברענגט דעם קריטישן געברויך פאר אן אפיציעלן אפיס וואס זאל זיין געשטעלט ארויסצוהעלפן אידן מיט הדרכה אין שטיצע ווען עס קומט צו מענטל העלט . " מיר ווייסן אייביג , אז ווען עס קומט אריין צו אונז אין הצלה א מענטל העלט קאלל , טוען מיר זיך באציען דערצו פונקט ווי צו אן הארץ אטאקע " האט ער ארויסגעברענגט צווישן זיינע רייד " אזא הילפסרוף קען מיינען גאר אסאך , און קיין איינער האט נישט די פריווילעגיע דאס צו נעמען פאר לייכט . ווען עס קומט אריין אזא רוף דארף מען זיך יאגן פונקט ווי ווען מען רעדט פון גאר שעדליכע פעלער ה " י " האט ער מיטגעטיילט , ווארפנדיג א ליכט אויף ווי וויכטיג עס איז געווען דער צורך , און ווי גינסטיג עס איז אז עס איז שוין ב " ה פארהאנען א פלאץ וואו מען קען זיך ווענדן אין אזעלכע פעלער .
די ידיד נפש ארגאניזאציע טוט צושטעלן גייסטישע הילף און הדרכה , און מיט אירע ברייטפארצווייגטע קשרים
אינעם מענטל העלט פעלד , טוט מען צופאסן יעדן קעיס צום ריכטיגן דאקטאר , און אזוי ארום טוט מען פארזיכערן א גאנצע רפואת הנפש , מיטן אויבערשטנס הילף .
" מענטל העלט איז אלס געווען א שטילער קריזיס פון וועלכן מען האט נישט גערעדט " האט הר " ר זלמן לאווי הי " ו זיך אויסגעדרוקט " אבער נאכן אנערקענען אז פון שטיל זיין וועט מען קיין סאך נישט אויפטון , און אז דער פראבלעם וועט נישט פארשווינדן ווערן אויב וועט עס נישט אדרעסירט ווערן ווי עס דארף צו זיין , האבן מיר זיך צוזאמגענומען און ב " ה באוויזן צו אהערשטעלן דאס אוממעגליכע ."
ידיד נפש איז נעמליך אזוי ווי דער נאמען , אן אפיס וועלכער טוט זיך פארנעמען מיט אלע ערליי קעיסעס אויף א העכסט קאנפידענציאלער און געהיימער סיסטעם , און קריגן די נויטיגע הילף וואס מען דארף , כדי צו קענען וואקסן ווייטער און נישט געשטערט ווערן פון גייסטישע אומרוען וועלכע קענען שטערן דעם וואוקס פון פילע .
ידיד נפש איז נישט בלויז נאך אן ארגאניזאציע , נאר פארשפרעכט צו דינען אלס לייכטורעם פאר סיי ווער עס נויטיגט זיך נאר אין הילף אדער הדרכה , אין יעדן אנגעלעגנהייט אנבאלאנגט מענטל העלט , צושטעלנדיג א שטאב פון ערפארענע עקספערטן וועלכע פארנעמען זיך מיט העכסט פראפעסיאנאלע קעיס מענעדזשמענט און רעפערל סיסטעמען , געווידמעט לטובת כלל ישראל .
yedidnefeshsupport . org info @ yedidnefeshsupport . org
718.400.1550 WA 347.430.9232
זיך צו פארבינדן מיט ידיד נפש קען מען אריינרופן דעם סופארט ליניע :