נתפרסם להצלחת יואל בן העניא
בעזרת השם יתברך
שמירת הלשון
באשריבן און בארבייט דורך מכון באהלי צבי - 845.774.4314
פארגאנגענעם דאנערשטיג ראש חודש שבט איז געווען דער גרויסער טאג !
אין דעם טאג האבן טויזנטער אידן אנשים , נשים , וטף , בחורי ישיבות , און גאר אסאך מיידל שולעס , הונדערטער חברותות פערזענדליך , אדער אויפן טלפון , אן געהויבן נאכאמאל דעם מחזור פון לערנען דעם ספר חפץ חיים לויטן לוח פונעם גרויסן צדיק און פועל ישועות דער מאנשעסטער ראש ישיבה הגה " צ רבי יודא זאב בן הרב משה יצחק סג " ל זצ " ל וואס ווי באקאנט האט ער צוגעזאגט גרויסע ישועות פאר די אלע וואס האלטן מיט די שיעורים .
גאר לעצטנס איז אריין געקומען א אינגערמאן אין אפיס פון " מכון באהלי צבי " ער זיכט צו קויפן די שיעורים פון שמירת הלשון געלערנט דורך הרה " ג צעשינוב רב שליט " א , פארציילט ער אז ער האט זיך גענויטיגט אין א גרויסע ישועה , און וויבאלד ער האט זיך מקבל געווען צו לערנען יעדן טאג די שיעורים פון שמירת הלשון האט ער ב " ה געהאט עפעס א אויסטערלישע ישועה , און אזוי אויך קענען אן א שיעור אידן מעיד זיין אז ווען זיי האבן זיך גענויטיגט אין א ישועה האבן זיי זיך אנגעכאפט אין די אויסגעפריבטע סגולה פון לערנען צוויי הלכות א טאג , און במילא האט עס אויך געברענגט אויסצופירן און מקיים זיין וואס מען לערנט , און די ישועה האט נישט פארזוימט צו קומען ווי דער פסוק זאגט עדות " מי האיש החפץ חיים אוהב ימים לראות טוב – נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה .
דער ספר וואס שיינט אין אידישע הערצער !
צדיקים שטייט פאר אייך גרייט , דער ספר איז א צוצואינג קראפט פאר יעדן איינעם , גרויס און קליין טיען זיך אנזעטיגן מיט דעם זייער נשמה , דער ספר האט שוין זוכה געווען איבערצוארבעטן די געדאנקען און די מדות פון אסאך מענטשן , די ספר איז פאר אייך גרייט צו באקומען אין אלע ספרים געשעפטן , טא וואס איז דא צו ווארטן ? לויף קויף דעם ספר און האב הנאה פון די לעכטיגקייט וואס שיינט שוין אין טויזנטער אידישע הייזער !
די טלפון ליניע " שומר מצרות נפשו " ( -929
) 445-9009 איז עוועליבל פאר יעדן איינעם אויף די וועלט 24 שעה א טאג , איר קענט שטענדיג הערן און זיך מחזק זיין אין די עבודה פון " שמירת הלשון " – אויך קענט איר מחזק זיין אנדער אידן מיטן מזכה זיין הערן די שיעורים .
הלכות שמירת הלשון ! זענען די וויכטיגסטע הלכות וואס איז פארבינדן מיט איסורי דאורייתא און יעדער איינער קלאפט זיך אן אין דעם צענדליגע מאל א טאג , און אויב מען קען נישט די הלכות , ווערט מען אסאך מאל נכשל אין גרויסע עבירות .
באמת : אפילו מען קען גיט די הלכות און מען ווייסט קלאר וואס מען טאר נישט טון , דאך אויב מען לערנט נישט רעגלמעסיג עניני שמירת הלשון , וועט מען אין לויפנדיג פון די שמועסן אריין געדרייט ווערן אין דיבורים אסורים .
דעריבער איז די בעסטע עצה אז מען זאל זיך קובע זיין צו לערנען יעדן טאג צוויי הלכות אין דעם ספר , ספעצויעל אין הלכות לשון הרע ( כלל י ) און אויך אין הלכות רכילות ( כלל ט ) דאס וועט אייך זיין א קלארער וועג ווייזער אין אלע שווערע ענינים .
דער ספר חפץ חיים-אידיש ( רויטע באנד ) באגלייט מיט הונדערטער ביישפילן און מעשיות
די גרויסע שכר וואס איז אנגעגרייט פאר די צדיקים !