2 5 25 | Page 138

די טאכטער אין א סכנה
וואס ווייסן די דאקטוירים פון זייער לעבן צו זאגן ?...

אין א וואלד אינמיטן נאכט

די טאכטער אין א סכנה
די קינדער פונעם אלעקסאנדער רבי האבן זיך זייער געהיטן נישט צו פארשאפן זייער טאטן דאס מינדעסטע עגמת נפש , וויסנדיג אז יעדע קליינע עגמת נפש קען שאדן צו זיין שוואכן געזונט צושטאנד .
איינמאל , בשעת דער רבי האט פארבראכט אין וואלד אויף די פרישע לופט , איז געקומען א ספעציעלער שליח פון אלעקסאנדער , אז דעם רבי ’ נס טאכטער דארף געהאלפן ווערן מיט א קינד און דער מצב איז שרעקליך , עס האלט ביי סכנת נפשות .
דער רבי האט זיך פונקט דעמאלטס געשפירט שטארק שוואך , און די קינדער און מקורבים וואס האבן זיך געפונען מיטן רבי ’ ן , האבן מורא געהאט צו מזכיר פארן רבי ’ ן אז זיין טאכטער געפונט זיך אין אזא סכנה , כדי ס ’ זאל אים נישט שאטן צום געזונט .
עס האט זיי אבער זייער וויי געטון אז זייער הענט זענען געבונדן . דעם רבי ’ נס אייגענע טאכטער דארף א ישועה און קענען איר נישט מזכיר זיין אז איר הייליגער טאטע זאל פאר איר פועל ’ ן א ישועה .
פונקט דעמאלטס איז אנגעקומען א איד פון די שטאט לאדזש וועלכער האט געוואלט מזכיר זיין זיין טאכטער , וועלכע איז אויך געווען אין די זעלביגע צרה . איז דער ישמח ישראל אריינגעגאנגען מיט דעם איד צו זיין טאטן , און אזוי ווי דער רבי איז געלעגן אויפ ’ ן בעט , איז דער איד געבליבן שטיין פון דערווייטנס און דער ישמח ישראל איז
צוגעגאנגען צום טאטן , מזכיר געווען די פרוי ווען דערביי האבן פון זיינע אויגן געפלאסן טרערן , פארוואס ער קען נישט זיין אייגענע שוועסטער מזכיר זיין , ווען זי געפונט זיך יעצט אויך אין די זעלביגע צרה .
צום סוף האט דער ישמח ישראל זיך אבער נישט געקענט באהערשן און זיך אנגערופן , “ טאטע , אז דו וועסט מתפלל זיין פאר דער דאזיגע פרוי זאלסטו אינזין האבן דעם מאמר חז ” ל , המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר הוא נענה תחילה . ( ווער עס בעט פאר זיין חבר און ער אליין דארף אויך די זעלבע ישועה , וועט ער פריער געהאלפן ווערן (.”
ווען דער רבי האט דאס דערהערט האט ער באלד געכאפט וואס דא גייט פאר . “ אזוי ? אונזער טאכטער איז אין א סכנה ! הייסט שפאנען דעם וואגן . מיר פארן שוין אריין אין שטאט .”
מען האט גלייך איינגעשפאנט א וואגן , און דער רבי אין באגלייטונג פון זיינע צוויי זון , דער ישמח ישראל און דער תפארת שמואל , האבן זיך ארויסגעלאזט אין שטאט אריין
וואס ווייסן די דאקטוירים פון זייער לעבן צו זאגן ?...
אינמיטן וועג , האט זיך די וואגן אפגעשטעלט ביי א קרעטשמע , וואו דער רבי איז אריין זיך אפרוען , ער איז שטארק אפגעמיטשעט געווארן פון די וועג . דאן האט ער