א בא ’ טעמ ’ טער חלש ’ ן
א וואכענדיגער שבת ...
געזאגט צו זיין יונגערן זון דער בעל תפארת שמואל , “ מיין קינד , פאָ ר דו אליין אריין אין שטאט , זע וואס איז דער מצב דארט און קום באלד צוריק מיט תשובה , און מיר וועלן דא ווארטן אויף אן ענטפער .”
אנקומענדיג אין שטאט אריין , האט דער תפארת שמואל געהערט אז מיט גרויס פלאג פון די דאקטוירים איז דאס קינד אין א מזל ’ דיגע שעה געבוירן געווארן , אבער די דאקטוירים גאראנטירן בלויז די לעבן פון די מאמע און נישט פון דעם קינד . זיי ווייסן נישט אויב דאס קינד וועט עס איבערלעבן .
דער תפארת שמואל איז תיכף צוריקגעפארן צו דער קרעטשמע און איבערדערציילט פארן טאטן וואס ער האט געהערט .
“ וואס ווייסן זיי , די דאקטוירים פון זייער לעבן צו זאגן ,” האט דער רבי זיך אנגערופן , “ נאר איך בעט דיר , פאר נאכאמאל אין שטאט אריין און פרעג דיין שוועסטער צו איך זאל קומען , אדער איך זאל צוריקפארן אין מיין הויז אין וואלד אריין .”
דערהערנדיג די שאלה וואס איר טאטע פרעגט האט די רבי ’ ס טאכטער באלד געענטפערט , “ אויב דער טאטע פילט זיך בעסער אין וואלד , זאל ער נישט אריין קומען אין שטאט , ווייל אין וואלד קען ער אויך אויסבעטן פאר מיר און פאר מיין קינד א ישועה !”
און כך הוה . דער רבי איז צוריקגעפארן אין וואלד און טראץ דער דערקלערונג פון די דאקטוירים איז דאס קינד געווען געזונט און זיך גוט אנטוויקלט .
א בא ’ טעמ ’ טער חלש ’ ן
איינמאל איז געקומען קיין אלעקסאנדער איינער פון די עלטערע וואורקער חסידים . דער רבי האט זיך שטארק געפרייט צו אים און אים מכבד געווען , שמועסנדיג פון די צייטן ווען ער איז געווען אין וואורקע .
פלוצלונג האט דער אלעקסאנדער רבי געגעבן א פרעג זיין גאסט , צו ער געדענקט אים פון וואורקע .
” אוודאי געדענק איך אייך ,“ האט דער אלטער וואורקער חסיד געענטפערט . “ איך דערמאן זיך , אז איינמאל ווען איר זענט געווען נאך א יונגערמאן זענט איר אוועק געפאלן אין חלשות ביים רבי ’ נס טיש און איך האב אייך דערמינטערט .”
” יא , ריכטיג , איר געדענקט גוט .“ האט דער רבי געזאגט מיט א שמייכל . “ אבער צו ווייסט איר דען די סיבה פון מיין חלש ’ ן דעמאלטס ?”
“ ניין , וואס האט שוין געקענט זיין , עס איז אייך זוכער שלעכט געווארן האט איר גע ’ חלש ’ ט ...”
” איר האט א טעות ,“ האט דער רבי מיט א שמייכל געענטפערט . “ איך וועל אייך זאגן וואס עס איז דארט געווען . שטייענדיג אזוי ביים רבי ’ נס טיש האב איך זיך פלוצלונג דערמאנט דאס וואס די ספרים הקדושים זאגן , אז אנקוקן די צורה פון א צדיק איז א סגולה צו יראת שמים . האב איך זיך גענומען גוט איינקוקן אין דער הייליגער צורה פון רבי ’ ן ביז איך בין אוועק געפאלן אין חלשות פאר גרויס מתיקות . אוי , ווי א בא ’ טעמ ’ טער חלש ’ ן דאס איז געווען ...”
א וואכענדיגער שבת ...
דער קאלישער רב , דער בעל נפש חי ’ זצ ” ל , פלעגט גאנץ אפט קומען צו גאסט קיין אלעקסאנדער , און צווישן די ביידע גדולים האט געהערשט א שטארקע אהבה .