זי ’’ ע
FINAL WINTER SALE
FALL - SPRING Childrens Tops fall 40 % off Pj`s -Nightgown $ 16
Ladies Tops $ 25-up Ladies Nightgowns Reg-Nursing $ 59.75
Coming to Susen V ’ simcha Sunday - Monday Feb 9-10
איין טאג האט דער רבי כסדר אפגעשטיפט דאס עסן פרישטאג , וויפיל מען האט זיך פרובירט איינבעטן ביי אים אז ס ’ איז שוין שפעט און ער זאל שוין גיין עסן , האט ער נישט געוואלט . הערשט ווען ס ’ איז שוין געווארן נאכט און דער רבי איז געווארן שטארק שוואך פון נאכנישט עסן , האט ער עפעס טועם געווען .
ווי נאר דער רבי האט געענדיגט טועם זיין , איז אנגעקומען אין אלעקסאנדער דעם רבי ’ נס ידיד דער קאלישער רב .
ווי נאר דער רבי האט אים דערזען האט ער זיך אנגערופן , “ קאלישער רב ! א גאנצן טאג האב איך געווארט אויף אייך מיט ’ ן עסן , ווייל איך האב געוואלט צוזאמען מיט אייך עסן א סעודה . אבער מען האט מיך נישט געלאזט לענגער ווארטן און איך האב געמוזט איבערבייסן . איך האב דערפון גרויס עגמת נפש , ווייל איך בין זיך נוהג נישט צו עסן ביינאכט , חוץ פון שבת , יו ” ט און מוצש ” ק . אבער וויבאלד א תלמיד חכם איז בחינת שבת וועל איך לכבוד אייך עסן יעצט א סעודה ביינאכט .”
הערנדיג דאס רופט זיך דער קאלישער רב אן , “ עס איז מיר יעצט פארענטפערט געווארן א מדרש פליאה ! עס איז פארהאן א מדרש , אז די שכינה איז קיינמאל נישט אוועק פון אידן ’ אפילו בשבת של חול ’. איז דאך שווער , וואס מיינט דער מדרש מיט דעם אויסדרוק ’ שבת של חול ’? נאר ווי באקאנט זאגן חז ” ל , אז ווער עס איז נהנה פון א סעודה וואו עס זיצן ת ” ח איז גלייך ווי ער וואלט נהנה געווען מזיו השכינה . ווי איז אבער , אז מען זיצט ביי א סעודה מיט אזא איינעם וואס באמת איז ער נישט קיין ת ” ח , נאר די וועלט האלט אים פאר א תלמיד חכם , דאס איז אזא בחינה פון ’ שבת של חול ’ ( שבת איז מרמז אויף א ת ” ח , און שבת של חול האט געטייטשט דער קאלישער רב , א וואכענדיגער שבת , ד . ה . נישט קיין אמת ’ ער תלמיד חכם (, זאגט דערויף דער מדרש , אז אפילו פון א סעודה וואו עס זיצט אזא ’ וואכענדיגער תלמיד חכם ’, גייט אויך נישט אוועק די שכינה , ווייל דער וואס זיצט מיט אים ביי דעם סעודה האט דאך פארט א גוטע כוונה מיינענדיג אז יענער איז טאקע א תלמיד חכם ...
“ אזוי איז אויך מיט אונז די מעשה . איר האלט מיך פאר א ת ” ח , אבער אין אמת ’ ן בין איך א ’ וואכענדיגער שבת ’...”
דער אלעקסאנדער רבי איז גאר שטארק נתפעל געווארן פון דעם ווארט , און רעאגירט דערויף , “ אויב זענט איר ביי זיך אזוי עניוות ’ דיג , דאן זענט איר דער אמת ’ ער תלמיד חכם ! פונקט ווי פרעה האט געזאגט פאר יוסף הצדיק ’ אין נבון וחכם כמוך ’, ווייל וואס מער עניו יוסף האט זיך געמאכט אלץ מער האט פון אים ארויסגעשיינט די חכמה !”
זי ’’ ע