סיפורי צדיקים
דער ערשטער אלעקסאנדער רבי , הרה ” ק ר ’ יחיאל פון אלעקסאנדער זצ ” ל איז געווען א שוואכער בטבע , דעריבער האט ער , אויף די ראט פון די דאקטוירים , זיך אסאך אויפגעהאלטן אין א הייזקע וואס האט זיך געפונען אין א וואלד אינדרויסן פון שטאט , וואו ער האט זיך געשפירט בעסער צוליב די דערפרישנדע לופט דארט .
איינמאל איז עס געווען , ווען דער רבי האט זיך געפונען אינמיטן נאכט אין וואלד , אינאיינעם מיט זיינע צוויי זון , איז דער רבי מיטאמאל אוועקגעפאלן , און ס ’ איז געווען ממש סכנת נפשות . איז דער רביס יונגערער זון , דער בעל תפארת שמואל זצ ” ל , אריינגעפארן אין שטאט לויפן רופן א דאקטאר , בשעת וואס דער עלטערער זון , דער בעל ישמח ישראל זצ ” ל , איז געבליבן מיטן טאט ’ ן אין וואלד .
אזוי ליגנדיג דארט האט זיך דער מצב כסדר פארערגערט , די פולס איז וואס א וויילע נאר שוואכער געווארן . פלוצלונג רופט זיך אן דער רבי צו זיין זון , “ מיין קינד , טאמער וועסטו באמערקן אז ס ’ ווערט מיר נישט גוט , זאלסטו זאגן די שלש עשרה מידות של רחמים , מיט מיר .”
” טאטע , בארואיג זיך .“ האט דער ישמח ישראל פרובירט צו בארואיגן זיין גרויסן פאטער , און מער פון אים , זיך זעלבסט געוואלט בארואיגן . “ עס האלט נאכנישט חלילה אזוי שלעכט , מ ’ דארף נישט טראכטן וועג אזא מצב חס ושלום ”.
“ פון וואנען ווייסטו , אז עס האלט נאכנישט אזוי שלעכט ?”
“ איך בין נישט קיין דאקטאר , טאטע , אבער כ ’ האב מיר דערמאנט דאס ווארט פון הייליגן חוזה פון לובלון זצ ” ל וואס האט געזאגט אויפן פסוק וואס דוד המלך זאגט אין תהלים ’ עד אנה תסתיר פניך , עד אנה אשית עצות בנפשי ’. כל זמן עס זענען פארהאן עצות בדרך הטבע , קען זיין אן הסתרת פנים ח ” ו , און ווען עס איז שוין קיין שום עצה נישטא , דאן מוז דער רבונו של עולם אליין העלפן . און יעצט טאטע , אין וואלד , אינמיטן דער נאכט , קיין דאקטאר איז נישטא , אזוי אז קיין שום עצה בדרך הטבע איז נישט פארהאן , בין איך זיכער , אז דער רבונו של עולם וועט מוזן העלפן !”
דער רבי האט הנאה געהאט פון די טרעפליכע ווערטער פון זיין זון . אביסל צייט איז אריבער און דער ישמח ישראל האט געזען אז זיין טאטע האט זיך עטוואס בארואיגט , איז ער ארויס אין וואלד , ער האט זיף אוועקגעשטעלט צווישן די ביימער און זיך שטארק צואוויינט אויסרופנדיג , “ רבונו של עולם , וועט עס דען זיין א כבוד פאר דיר , אז דער אלעקסאנדער רבי וועט ח ” ו נסתלק ווערן אינמיטן דער נאכט אין א פוסטן וואלד און אפילו א מנין אידן זאלן זיך נישט געפונען דערביי ?! ניין , טאטע אין הימל , עס וועט נישט זיין קיין כבוד שמים !”
” די דאזיגע תפילה פון מיין זון ,“ פלעגט דער אלעקסאנדער רבי שפעטער דערציילן , “ האט טאקע גע ’ פועל ’ ט א ישועה אין הימל און איך בין צו זיך געקומען .”
נאך דעם פאסירונג האט נאך דער אלעקסאנדער רבי געלעבט אויפ ’ ן ’ ישמח ישראל ’ ס פלייצעס ’ גאנצע פיר יאר !