מעשה שהיה
הרב גבריאל זיאד איז געזעצן ביים רעדל און געפירט זיין בלויען קאר אויף די ליידיגע שאסייען . די זון איז געשטאנען אינמיטן הימל , און די ראוד איז געווען א הויפט שאסיי וואס פארבינדט ניו יארק און ניו דשערסי . אבער כאטש די צוויי פאקטן וואס וואלט אונטער געווענליכע אומשטענדן צוגעברענגט צו אן איבערגעפילטע שאסיי , האבן בלויז איינצעלע קארן געמאכט זייער וועג פון און צו ניו יארק .
די צייט איז געווען קורץ נאך פסח תש " פ , ווען די שטאט וואס שלאפט קיינמאל נישט איז געווען פארשלאסן , און די מענטשן באהאלטן אינדערהיים , האפנדיג אז דער שרעקליכער קאראנע וויירוס וועט שוין קומען צו א סוף .
הרב גבריאל איז
דורכגעפארן
|
די ערשטע שילד וואס
האט
|
קומענדיגע |
איבער |
געמאלדן
עקזיט .
|
" אפשר שטעלן מיר זיך אפ אין די בית החיים פאר אפאר מינוט ," האט ער געפרעגט זיין ווייב וואס איז געזעצן מיט אים אין קאר .
" פון מיין זייט קענסטו גיין , אבער וואס איז דיר איינגעפאלן יעצט צו גיין מתפלל זיין דארט ?" האט זי נישט פארשטאנען וואס האט אים יעצט געשלעפט צו איר טאטע ' ס ציון וועלכע ליגט אין סטעטן איילענד .
" קוק ," האט ער געזאגט אריינפארנדיג אינעם עקזיט וואס
פירט צום בית החיים , " די פלאן איז געווען אז אונזערע קינדער וועלן קומען דאס יאר צו אונז אויף פסח , און אונזער פלאן איז צענישט געווארן און מיר האבן געפירט א סדר אליין אונטער די שאטן פון די וויירוס . אזוי אויך טראכט איך אז איך גיי יעדעס יאר אין די טעג פון אלול צום בית החיים , אבער קיינער ווייסט דאך נישט וואס נאך די מצב פון קאראנע וועט אונז נאך ברענגען . אז יעצט בין איך דא , לאמיר אריינפארן ."
און בשעת ער האט געענדיגט זיינע ווערטער האט זיך שוין זיין קאר אפגעשטעלט ביים טויער פון דעם בית החיים .
זיי האבן ביידע גענומען א תהלים און שפאצירט אין די שטילע בית החיים , וועלכע איז געווען נאך שטילער און ליידיגער ווי אלעמאל . דאן זענען זיי אנגעקומען צו די מציבה וועלכע זיי האבן שוין גוט געקענט , צו די מציבה פון הרב גבריאל ' ס שווער .
זייערע ליפן האבן שטיל געשעפשעט די קאפיטלאך . זיי האבן געהאט אזוי פיל צו בעטן , ווען די גאנצע צוקומפט זעט אויס פארנעפלט איז אזויפיל גרינגער צו שפירן הכנעה און נאנטשאפט צום אויבערשטן .
ווען הרב זיאד האט שוין פארמאכט זיין תהלים , און געבליבן שטיין ווארטנדיג אז זיין ווייב זאל צוענדיגן די קאפיטל . אין יענע מינוט האט ער געהערט טריט הונטער זיך .
הרב זיאד האט זיך פלינק ארומגעדרייט און באמערקט ווי א איד מיט א ווייסע קאפל אויף א גרויסע טשיפ דערנענטערט זיך צו אים .
" ראביי , איך דארף מנין פאר קדיש ,". ער האט שווער געשטאמלט אויף די צוויי הייליגע ווערטער .
הרב גבריאל זיאד האט פארשטייט זיך גלייך מסכים געווען צו גיין מיט יענע איד . דער פרישער נפטר , וועלכע איז יעצט אנגעקומען , האט בשעת ' ן לעבן געוואוינט אין באלטימאר , און מען גייט אים לייגן א קארגע פיר שורות ווייטער פון זיין שווער .
הרב זיאד האט געכאפט א בליק אויף די קינדער פון דעם נפטר אין זיין הארץ איז פארקראמפט געווארן מיט ווייטאג . זיי האבן קוים געקענט ארויסזאגן די עברי פון די סידור , און זיך ממש געבראכן די ציין ביי די שווערע געדרייטע עברי פון קדיש . די איבריגע פאר אידן וואס זיי האבן צאמגעשלעפט זענען נישט געווען צופיל בעסער , און די גאנצע מצב האט אויסגעזען אזוי נעבעכדיג .
די קדיש – וואס איז אפגעזאגט געווארן מיט טרוקענע אויגן – איז פארענדיגט געווארן , און די קינדער האבן גלייך דערלאנגט אפאר באנקנאטן פאר עטליכע גוים וואס זענען געשטאנען דערנעבן , אריינגערוקט די קאפל אין טאש און זיך געגרייט צו גיין .
הרב זיאד האט גלייך