2 5 25 | Page 132

ה . רובין

דער מת מצוה

א מענטש עסט די פרוכט פון זיינע מעשים ", ציטירט מען אפט אן אלטע שפריכטווארט . די פראזע לויפט אין צוויי ריכטונגען , סיי פאר דער וואס באגעגנט זיך ליידער מיט די ווייטאגליכע תוצאות פון עפעס וואס ער האט געטון אין די פארגאנגענהייט און עס פאטשט אים אין פנים א צייט שפעטער , און סיי אלס פאזיטיווע דערקלערונג פאר עמיצער וואס האט זוכה געווען צו דעם " הזרעים בדמעה ברנה יקצרו ".
אמאל קען עס זיין ממש א קליינע אינוועסטירונג , עפעס וואס פאדערט נישט מער ווי אביסל מחשבה אדער הארץ און די פירות דערפון טראגן א ווערד וואס האט נישט קיין שאץ .