2 5 25 | Page 122

מאיר ציגלער האט פרובירט אריין צו גיין אין מער טיפערע שמוסן מיט דזשאו , אין די צייט וואס ער האט זיך אפגעגעבן מיט אים און געטאן די שמוציגע ארבייט פון שלעפן און רייניגן דעם נאצי קאלאבאראנט וועלכער האט זיך נישט געקענט צוריק האלטן פון ארויס צייגן זיין שנאה קעגן אידן און זיינע בייזע שטורמישע געפילן אז די אידן האבן צוריק אויפגעהויבן זייערע קעפ נאך די מלחמה און זיי זענען אין קאנטראל אפילו פון אמעריקע , מיט זייער שטארקער איינפלוס .
ציגלער האט מיט געשטימט מיט אים אבער ווען ער האט געוואלט אריין גיין אין מער דעטאלן און הערן איינצעלהייטן איבער זיינע אקטיוויטעטן אין די שטאט אגאסטאו , האט דער אלטער דזשאו אנגענומען א שווייגעניש און פארדרייט די שמועס .
לויט די אפשאצונג פון מאיר ציגלער און די אידישע פרוי וועלכע האט אייגענטליך געארבייט מיט אים אויף פיזישע טעראפי און אים געגעבן אנווייזונגען ווי אזוי צו מאנעוורירן זיין קערפער , איז קלאר געווען , אז דער קאפ ארבייט אים קלאר און ער ווייסט וואס ס ' טוהט זיך מיט זיך . אבער אין די זעלבע צייט האט זיין איטאליענער אדוואקאט באוויזן צו ארויס באקומען א מעדיצינישע באריכט פון זיינע דאקטוירים , אז ער איז נאך פיזיש און גייסטיש באגרעניצט און דערפאר קען ער נישט ווייטער באלעסטיגט ווערן מיט קיין אויספארשונגען פון רעגירונגס אגענטן .
די גאווערמענט און די פאליציי אין אפסטעיט זענען געווען גענוג רואיג , אז דער אלטער דזשאו איז דערווייל פארמאכט ביי אים אינדערהיים און גייט נישט אין ערגעץ און ס ' זעהט נישט אויס , אז ער זאל קענען אדער וועלן אנטלויפן סיי ווי און דערפאר האבן זיי געהאט נערוון און צייט אויס צו ווארטן געדולדיג ביז זיין געזונט צושטאנד וועט פארבעסערט ווערן .
מאיר ציגלער מיט די צווייטע אידישע אגענטקע האבן אבער געוויסט , אז זייער הויפט ציל איז ארויס צו באקומען פון דעם רשע די וויכטיגע אינפארמאציעס און דערווייל האבן זיי נישט געהאט קיין פאסיגע געלעגנהייט ווי אזוי דאס צו באווייזן .
ענדליך איין טאג האט ענדי געמאלדן פאר מאיר ציגלער , אז ער פלאנירט אריין צו פארן פאר איין טאג צו די סיטי , ווי ער פלאנירט צו אטענדירן א אויטאמאביל אקשען פון די סיטי אוו ניו יארק , ווי ס ' ווערט אויספארקויפט אלטע מוניציפאלע טראקס און מאשינען .
ער וועט דערפאר מוזן פארוויילן אמווייניגסטנס איין נאכט אדער מער אין די שטאט און אזוי האט ער געוואלט צוגרייטן דעם געטרייען האום אטענדאנד צו טאן די ארבייט און זיך אן עצה געבן מיט אלסדינג טראץ דעם וואס ער איז נישט אינדערהיים .
לעך סלאטעסקא , האט אויסגעהערט אלע נויטיגע אינסטרוקציעס מיט זיין פולע נאאיווע שטימונג און אפגעשריבן אלע אינפארמאציעס און איינצעלהייטן און אויך געוויסע רעסעפיס וואס ער וועט דארפן נוצן צו קאכן פאר דזשאו די עסענווארג וואס ער האט ליב און אזוי האט לעך פארזיכערט פאר ענדי , אז ער וועט אויספירן גענוי אלע זיינע אויפגאבעס און אזוי אויך וועט ער וויסן צו געבן די נויטיגע אנווייזונגען פאר די פרוי וואס גיבט זיך אפ מיט די פיזישע טעראפי .
ענדי האט פארלאזט זיין היים און גענומען די לעצטע אווענט טרעין אריין קיין ניו דזשורזי , מיט די האפענונג , אז ער וועט מעגליך קענען צוריק קומען מיט א אויטאמאביל וואס ער וועט איינהאנדלען ביי די אוקשן פאר זיין פארעם ארבייט .
וויבאלד די נאכט איז צוגעפאלן און מאיר ציגלער האט געוויסט פאר זיכער , אז ענדי האט געכאפט די באן און ער געפונט זיך זיכער נישטא , האט ער ערשטנס גוט פארמאכט אלע פענסטערס און טירן פון די הויז און ווען דער אלטער דזשאו האט אנגעהויבן צו בעטן עסן און טרינקען האט ער זיך ענדליך גענומען איבער זיינע ביינער .
זיי האבן צוגעבינדן דעם אלטן צו זיין בעט און אים געמאלדן , אז ער דארף אנהויבן צו רעדן און ארויס געבן אינפארמאציע און דזשאו האט נישט געוואלט קאפערירן מיט די אויספארשונג . אבער דא זענען געשטאנען פאר אים צוויי יונגע קרבנות וועלכע האבן פארלוירן זייערע נאנטסטע פאמיליע מיטגלידער אין פארשידענע ערטער פון