2 5 25 | Page 121

פוילן און זיי זענען געווען אנגעווייטאגט און פול מיט נקמה געפילן און זיי האבן זיך גענומען איבער די ביינער פון דזשאו און אים באגאסן מיט אייז קאלטע וואסער און אים געשלאגן מיט שטעקענעס .
ס ' איז נישט באקאנט צופיל דעטאלן פון די פייניגונגען און ס ' איז אויך נישט ראטזאם צו אפשרייבן די גענויע דעטאלן דערפון , ווי אזוי צוויי יונגע געליטענע מענטשן האבן אויסגעגעבן זייער ווייטאג .
נאך עטליכע שעה האבן זיי געהאט קלארע פאקטן , אז דזשאו איז געווען דער וועלכער האט אומגעברענגט די רעכטמאנס און זיי בארבאריש באגראבן אין די קעלער פון זייער אייגענעם האטעל אין די שטאט אגאסטאו .
זיי האבן זיך אויך דערוויסט וויכטיגע אינפארמאציעס איבער נאצישע פיגורן אין די שטאט אגאסטאו מיט וועם דזשאו האט קאלאבארירט און אויך זענען זיי געוואויר געווארן איבער די פלאץ אין מאנטיסעלאו , ווי נאציס און נאצישע סימפאטיקער קומען זיך צונויף פאר פאראייניגונגען .
אין די פריע פארטאגס שעות , האבן זיי געהאט געענדיגט זייערע אויספארשונגען און פארצייכנט אלע אינפארמאציעס און דערווייל איז דזשאו געלעגן צעהאקט און צעשלאגן אין זיין בעט , צוגעבינדענערהייט , פון ווי ער האט סיי ווי נישט געקענט אראפ קומען אליין . זיי האבן געהאט אין פלאן צו ענדיגן די ארבייט און אומברענגען דעם רשע וועלכער האט זעלבסט געהרג ' ט אידן אבער אזוי ווי זיי האבן נישט באקומען די פאקטישע באפעל פון זייער קאמאנדיר , טוביה פרידמאן , האבן זיי דאס נישט געקענט אויספירן און אזוי האבן זיי אויפגעבינדן דעם אלטן דזשאו וועלכער האט געליטן גאר שטארקע שמערצן און זיי האבן אריין געווארפן אין זיין בעט עטליכע עפל , ער זאל האבן וואס צו עסן , ביז ענדי וועט צוריק קומען און זיי האבן דערנאך איבער געלאזט א צעטל פאר ענדי מיט די פאלגענדע ווערטער .... מיר זענען נישט קיין האום אטענדאנט און אויך נישט קיין פיזישע טעראפיע עקספערטן .... מיר זענען א טייל פון נאצי יעגער וועלכע זענען זיך געקומען נוקם זיין אין א מערדער וואס האט
ברוטאל אומגעברענגט אידן .....
גאר אינדערפרי האבן זיי איבער געלאזט דאס הויז און דארט געלאזט דעם אלטן דזשאו און אים גוט באזידלט און אים געלאזט בלייבן פארווייטאגט , מיט די האפענונג אז ער וועט דאס איבער לעבן ביז זיין זון ענדי וועט צוריק קומען און אנערקענען וואס פארא גוטע הילף ער האט צוגעשטעלט פאר זיין טאטע מיט זיין אויסערגווענליכע געטריישאפט צו אים .
בלויז עטליכע שעה שפעטער זענען זיי שוין געווען אין מאנהעטן און זיך געטראפן מיט טוביה פרידמאן און אים איבער געגעבן די געשיכטע און טוביה האט זיכער געמאכט , אז די צוויי פליען נאך ארויס יענעם טאג פון ניו יארק אויפן וועג קיין ארץ ישראל , ווי זיי וועלן דארפן אנקומען צו די צענטער וואס טוביה פרידמאן האט אויפגעשטעלט אין חיפה און זיך פאראייניגן מיט אנדערע יונגע מלחמה געליטענע וועלכע זענען טייל פון די נאצי יעגער .
אז מיר רעדן איבער דעם טוביה פרידמאן איז אינטערעסאנט צו באשרייבן איבער אים עטוואס , צו האבן א באגריף ווער דער מענטש איז געווען .
ווי מיר האבן דערמאנט איז טוביה געווען א פוילישער אפשטאמיגער און ער איז געבוירן אין די שטאט ראדאמסק אין יאר
1922 און ווען די נאציס האבן צונויף גענומען די אידן צו די ראדאמסקער געטאו , האט טוביה באוויזן זיך ארויס צו כאפן פון דארט און אנטלויפן .
ער האט אבער ליידער פארלוירן כמעט זיין גאנצע פאמיליע , ביי די מלחמה און אינמיטן יאנואר , 1945 ווען פוילן איז שוין באפרייט געווארן פון די נאציס האט זיך טוביה אנגעשלאסן אין די פוילישע באפרייאונגס ארמיי און ער האט אנגעהויבן מיט זיין אינטענסיווע ארבייט צו קענען אידענטיפיצירן נאציס און נאצישע קאלאבאראנטן .
אין 1946 איז ער אנגעקומען קיין וויען , עסטרייך , ווי ער האט זיך צוזאם געשטעלט מיט שמעון וויזענטאל און צוזאמען געארבייט צו כאפן נאצישע פארברעכער . ביז ער איז אנגעקומען אין 1952 קיין חיפה ,