2 5 25 | Page 120

ווי ער האט פארגעזעצט זיין מיסיע פון דארט צו כאפן נאציס איבער די וועלט און ער האט געגרינדעט אין חיפה די אינסטיטוציע פון דאקומענטירונג איבער אינוועסטיגעשאנס פון נאצישע מלחמה פארברעכער .
ס ' איז אויך פאראן מיינונגען , אז ער איז אויך געווען שטארק אינסטרומענטאל אין די מיסיעס צו כאפן דעם באקאנטער פארברעכער אדאלף אייכמאן אין ארגענטיע .
ס ' איז פאראן דאקומענטאציעס פון הונדערטער נאציס וועלכע זענען אומגעברענגט געווארן אדער געברענגט געווארן צו געריכטליכע פראצעדורן , דורך די אינטענסיווע ארבייט פון טוביה פרידמאן .
טוביה האט געהאט מיט זיך גאר געטרייע אגענטן וועלכע האבן איבער געלעבט די מלחמה און זיי האבן אלע געהאט די זעלביגע אינטערעסן און נקמה געפילן וואס האט זיי געטריבן צו זיין א טייל פון זיין גרופע וועלכע יאגן נאך נאציס און זענען זיך נוקם אין זיי .
אט די געטרייע מענטשן פון טוביה פרידמאן , זענען געווען די וועלכע האבן זיך גענומען איבער די ביינער פון דעם אלטען דזשאוסעף און מיט געוואלד ארויס געפרעסט פון אים די אינפרמאציע איבער זיינע מלחמה פארברעכנס און איבער די אידן וואס ער האט פערזענליך אומגעברענגט דורכאויס די מלחמה .
נאכדעם וואס טוביה האט זיך געזעגענט מיט זיינע צוויי אגענטן , איז ער אריבער געפארן קיין בראנקס מיט א טעקסי און זיך אוועק געזעצט שמוסן מיט זונדל אין זיין מילכיגע רעסטאוראנט .
דארט זיצענדיג ביים רעסטאוראנט טישל האט זונדל געהערט א גענויען באריכט פון טוביה פרידמאן , אז ער האט זיך דערוויסט קלאר , אז זיינע עלטערן זענען דערמארדערט געווארן דורך דעם נאצי סימפאטיקער יושסעף און זיי זענען דורך אים באגראבן געווארן אונטן אין די קעלער פון זייער האטעל .
טוביה האט אים געמוטיגט און געשטארקט , אז ס ' מוז זיין , אז זיינע עלטערן זענען געווען עפעס גאר חשובע מענטשן , אז זיי וועלען ענדליך זוכה זיין צו קומען צו קבר
ישראל און ער האט אים גלייך געגעבן גענויע אינסטרוקציעס און אנווייזונגען ווי אזוי צו שאפן א וויזא צו פארן קיין פוילן .
די דאזיגע וויזע האט מען געדארפט ארויס נעמען אין די פוילישע אמבאסאדע אין מאנהעטן און ער האט אים אנגעזאגט , אז ער זאל שוין איינמעלדן פאר די קאנסול באאמטע אין ניו יארק וואס איז די ציל פון זיין רייזע קיין פוילן און דאס וועט ארויס ברענגען סימפאטיע ביי זיי , צו ארויס העלפן א איד וועלכער ליידט נאך פון די קושמארן וואס די נאציס מיט זייערע קאלאבאראנטן האבן אנגעמאכט .
טוביה האט אים אויך געגעבן די גענויע אינפארמאציע פון די אידישע קהילה אין קראקא , וועלכע וועלן אים זיין בייהילפיג און ארויס העלפן מיט די מיסיע פון מפנה זיין די קערפער פון אונטער די געביידע און זיי ברענגען צו קבר ישראל .
ער האט אים געגעבן די גענויע נעמען פון די אידן וועלכע זענען אין גוטע פארבינדונגען מיט די פוילישע רעגירונג און מיט די קאמוניסטישע פארטיי און ער האט אים געגעבן גענויע אנווייזונגען ווי אזוי אנצוהויבן זיין מיסיע אין די שטאט קראקא און פון דארט קומען צוזאמען מיט די אידישע קהילה באאמטע קיין אגאסטאו צו קענען אויספירן די ארבייט לויט די הלכה .
ער האט אים אויך געזאגט גארנישט צו זאגן פאר ענדי איבער די גאנצע מיסיע און אים נישט אנטפלעקן , אז ער ווייסט שוין , ווער ס ' האט אומגעברענגט זיינע עלטערן און ווי זייערע קערפער געפונען זיך און אויך דארף ער אים גארנישט לאזן וויסן איבער זיין רייזע קיין פוילן .
אזוי זאל ענדי נישט טראכטן , אז די גאנצע אקציע אויף זיין טאטע , האט געהאט צו טאן מיט די אויספארשונג איבער ווי די קערפער פון די רעכטמאנס געפונען זיך .
דערווייל אין די צייט ביז זונדל האט אנגעהויבן צו ארבייטן אויף זיינע רייזע פלענער קיין פוילן און ער האט זיך אויך געגרייט מיט צו נעמען זיין ווייב אויף די רייזע , איז ענדי צוריק אנגעקומען אהיים פון ניו יארק סיטי און ער האט טאקע באוויזן זיך איינצוקויפן א פאסיגע פיק אפ טראק , וואס