איז געקומען פון די ניו יארק סיטי הייוועי דעפארטמענט און ער איז אריין געקומען אהיים צו די פינסטערע סיטואציע ווי ער האט געטראפן זיין טאטע אין אזא קריטישן צושטאנד און אויך האט ער געטראפן די צעטעל וואס די צוויי אגענטן האבן אים דארט איבער געלאזט .
ענדי האט בלויז געקענט ארויס רופן אן אמבולאנס צו אריין פירן זיין טאטע נאכאמאל אין שפיטאל און אין גרויס פאניק און שרעק האט ער זיך פארבינדן צו דעם איטאליענער אדוואקאט און אים געפרעגט וואס ער זאל טאן ווייטער .
דזשאו האט בלויז איבער געלעבט נאך עטליכע טעג אין א קריטישע צושטאנד און ס ' איז נישט געווען מעגליך אונטער די דאזיגע אומשטענדן , אים אויסצופרעגן און וויסן וואס די עלעמענטן האבן פרובירט ארויס צו באקומען פון אים און דערנאך איז ער געשטארבן אין די לאקאלע שפיטאל און דערמיט איז געקומען אן ענדע צו דעם רשע .
דער איטאליענער אדוואקאט , האט יא אריין געמישט די שעריפס דעפארטמענט , וועלכע האבן אנגעהויבן מיט אן אינוועסטיגעישאן אויף די עמפלאוימענט עידזשענסיס , וועלכע האבן רעקאמענדירט די צוויי פוילישע ארבייטער פאר די דזשאב ביי ענדי אינדערהיים .
ס ' האט זיך ארויס געשטעלט , אז זיי האבן געהאט געצייגט פאלשע פוילישע פאספארטן מיט וועלכן זיי האבן זיך אידענטיפיצירט און ס ' איז נישט געווען קיין מינדעסטע באווייזן וואס האבן געקענט איבערצייגן ווער די עלעמענטן זענען געווען .
ענדי זעלבסט האט דאס זייער שווער אנגענומען , ווייל ער האט זיך איצט דערוויסט , מיט א זיכערקייט , אז זיין טאטע איז געווען א ריכטיגער מערדער , טראץ דעם וואס ער האט נישט געוויסט , אז די הויפט פארברעכן איז ער באגאנגען קעגן זונדל רעכטמאנס עלטערן און אויסער דעם וואס ער האט געהאט באהאלטן די רויב וואס ער האט באראבעוועט פון אידישע קרבנות אין די שטאט אגאסטאו און דאס באהאלטן פאר א לענגערע צייט אין די קעלער " אונטער ענדיס באנגעלאו ", האט ער אבער נישט
געוויסט , אז זיין טאטע איז באגאנגען א גרעסערע פארברעכן אין די קעלער אונטער די רעכמאנס האטעל אין אגאסטאו , פוילן .
ענדליך האבן די רעכטמאנס באקומען די וויזא און זיי זענען אפגעפלויגן קיין אמסטערדאם און פון דארט זענען זיי אריין געפלויגן קיין ווארשא . פון ווי זיי זענען אנגעקומען קיין קראקא .
זונדל האט געהאט מיט גענומען מיט זיך א בייטל מיט אמעריקאנער דאלארן , צו קענען אויספירן זיין הייליגע מיסיע אויפן בעסטן פארמאט .
ער האט זיך באגעגענט אין קראקא מיט די דארטיגע אידישע געמיינדע פירער און אראפ געלייגט זיין געשיכטע און בלויז א טאג שפעטער האבן די דארטיגע אידישע באאמטע שוין געהאט געמאלדן פאר די קאמוניסטישע אינסטאנצן וואס די סיטואציע איז און אין קראקא איז טאקע געווען דאס מערסטע געווירבל פון אידישע געמיינדע פירער מיט פארבינדונגען . אבער אזא מיסיע האט געדארפט באשטעטיגט ווערן דירעקט פון ווארשא , אז מ ' זאל קענען האבן די פולע קאאפעראציע פון די פאליציי און לאקאלע אינסטאנצען אין אגאסטאו צו קענען אויספירן די מיסיע .
ס ' האט גענומען צוויי טעג ביז אלסדינג איז אויסגעגליכן געווארן מיט די אינסטאנצן און מיט עטליכע אמעריקאנער דאלאר , האט מען באוויזן צו באקומען זייער פולע קאאפעראציע און פון ווארשא איז געקומען א ספעציעלע מעלדונג פאר די לאקאלע מוניציפאלע באאמטע אין אגאסטאו צו אויספירן די מיסיע .
זונדל איז אראפ געפארן צוזאמען מיט עטליכע אידן פון די קראקא חברה קדישא , קיין אגאסטאו און דארט האט זיי אפגעווארט די לאקאלע פאליציי און קאמוניסטישע אגענטן , וועלכע זענען געקומען מיט זיי צוזאמען ביז צו די באקאנטע אדרעס ווי די רעכטמאנס האטעל איז געשטאנען .
זונדל איז געווען ערשטוינט צו זעהן ווי די אמאליגע האטעל פון זיין פאמיליע איז היינט געווארן א וואוין ארט פאר עטליכע פוילישע פאמיליע און אין די געוועזענע דיינינג רום פון זייער האטעל האט זיך איצט