געפונען א פוילישע קרעטשמע , ווי רוסישע זעלנער האבן דארט פארברענגט .
צווישן די רוסישע זעלנער וועלכע זענען דארט געווען האבן זיך אויך געפונען צוויי אידישע זעלנער וועלכע האבן גאר געקענט רעדן אידיש און זיי זענען געווען זייער סימפאטיש צו די געשיכטע וואס זונדל מיט זיין ווייב האבן זיי דערציילט און אזוי ווי דאס איז געווען א טייל פון נאצישע פארברעכענס , איז דאס שטארק דאקומענטירט געווארן דארט אין די לאקאלע קאמוניסטישע צייטונג און נאכ ' ן גראבן א קורצע וויילע זענען די קערפערס געפונען געווארן און מ ' האט דאס פארזיכטיג ארויס געפירט פון דארט מיט ' ן גרעסטן כבוד און אזוי האט זונדל זוכה געווען מיט צו האלטן די לוויה פון זיינע עלטערן און זיי ברענגען צו קבר ישראל אין די נייע בית החיים פון די שטאט קראקא .
זונדל מיט זיין ווייב האבן פארברענגט אין קראקא א וואך צייט , ביז זיי האבן באוויזן צו שטעלן א מציבה אויפן קבר פון די טאטע מאמע און דערנאך האט זונדל פארגיטיגט די אידישע געמיינדע פירער וועלכע האבן אים ארויס געהאלפן און ער איז דערנאך צוריק געקומען קיין ניו יארק .
פונעם טאג וואס דזשאו איז געשטארבן , האט ענדי אנגעהויבן צו זיין אויסערגעווענליך פריינטליך צו אלע אידישע קליענטן וואס ער האט געהאנדלט מיט זיי און בלויז צוויי וואכן שפעטער , בערך אין די צייט וואס זונדל מיט זיין ווייב האבן זיך צוריק געקערט קיין ניו יארק , איז איין טאג ערשינען ענדי , צו די רעסטאוראנט פון די רעכטמאנס און מיט טרערן אין די אויגן האט ער זיך געבעטן , אז ער וויל ווייטער זיין גוט מיט זיי און ער וויל איבערצייגן , אז ער איז נישט איינשטימיג מיט די מיינונגען וואס זיין טאטע האט געהאט .
דעמאלט איז זונדל געוואויר געווארן , אז דער אלטער דזשאו לעבט שוין נישט און ער האט אנגעהויבן צו כאפן וואס איז געווען די אורזאך פון זיין טויט און ווער ס ' האבן געקענט זיין די מענטשן וועלכע האבן אים באפאלן . אבער ער האט גארנישט געקענט קאמענטירן פאר ענדי און ער האט אים אבער יא געזאגט אין קורצע ווערטער , אז ער האט שוין ענדליך באוויזן צו געפונען
די פלאץ ווי זיינע עלטערן זענען געווען באהאלטן און ער האט זיכער געמאכט , אז זיי קומען אהן צו אידישע בית החיים מיט זייער פארדינטער כבוד .
ענדי האט געוואלט ארויס צייגן אדזשעסט פון פריינטליכקייט און שלום און ער האט דערפאר באשלאסן , צו ארויס געבן פאר די רעכטמאנס די באנגעלאו קאלאני פאר די קומענדיגע יאר , גענצליך אומזינסט און דערמיט אפצו ווישן די ווייטאגליכע געפילן פון די אידן צו דאס פלאץ .
זונדל האט גערן אנגענומען דעם אנבאט און נאכן ענדיגן די קומענדיגע יאר זומער האט ער זיך אוועק געזעצט מיט ענדי און אויסגעארבייט מיט אים א דיל צו אפקויפן די גאנצע פראפערטי און ענדי האט גערן צוגעשטימט דערצו און דאס פארקויפט און זיך אריבער געצויגן צו א פארגרעסערטע אין שענערע הויז נעבן זיין פארעם .
אין בלויז איין יאר שפעטער , איז צוריק געעפנט געווארן די קאנטרי אונטער אידישע אייגענטום און מענעדזשמענט און אזוי ווי אין פארקסוויל האט זיך נישט געפונען קיין מקווה , האט זונדל באשלאסן צו אויפבויען א שיינע מקווה פאר די אידישע געסט " אונטער ענדיס באנגעלאו " און דאס איז געווען פאר יארן לאנג די איינציגסטע מקוה , וואס אידן האבן געקענט נוצן און דערמיט איז פארגעסן געווארן די פינסטערע זכרונות וואס איז געווען ביי די געסט איבער די סיטואציע וואס האט זיך אפגעשפילט אונטער ענדיס באנגעלאו .....
דער אדוואקאט סעמיועל גרין צוזאמען מיט נאך עטליכע לאקאלע אידישע פראמינענטע פערזענליכקייטן האבן באקומען די אויטאריטעט צו פרובירן געפונען אויב ס ' זענען פאראן לעגאלע יורשים פאר די איבעריגע אוצרות פון די גניבה און די וועלכע האבן נישט געקענט אידענטיפיצירט ווערן זענען אנגעקומען צו איינע פון די באקאנטע האלאקאוסט מוזעאומס , ווי זיי זענען ארויס געשטעלט געווארן צו קוקן דערויף , ביז ס ' וועט זיך מעגליך טרעפן מענטשן וועלכע זענען לעגאל בארעכטיגט דערצו ......
ענדע