פארזעצונג פון פריער
דזשאו האט אנגעהויבן צו פארפירן , אז ער וויל מער נישט האבן סעמיועל גרין אלס אדוואקאט .
ער האט אויפגעהויבן דעם טעלעפאון צו זונדל און אים געמאלדן , אז ער האט געטאן אלסדינג וואס ער האט נאר געקענט צו קענען ארויס באקומען פון דזשאו די אינפארמאציע איבער זיינע עלטערן , אבער ער האט נישט קאאפערירט מיט אים , און לויט די מאדענע ווילדע רעאקציעס פון דזשאו , טראכט ער , אז עפעס ליגט אונטער די דאזיגע אויפרעגונג און ס ' איז פאראן גענוג אורזאכן , צו פארדעכטיגן , אז דזאשו באהאלט עפעס איבער די סיטואציע וואס ער ווייסט און ער האט מורא צו רעדן דערוועגן .
דזשאו איז ארויס פון שפיטאל און אריבער געפירט געווארן צו א ריהאבילעטאציע צענטער אין אפסטעיט ווי ער וועט דארפן צו קומען צו פיזישע און גייסטישע טעראפי .
זונדל האט אויסגעפאלגט די ראט פון זיינע באקאנטע און ער האט זיך גוט אינטערעסירט ווי אזוי מ ' קען צו קומען צו שמעון וויזענטאל . ביז ער האט טאקע באוויזן צו באקומען אן אפוינטמענט ביי אים .
שמעון וויזענטאל האט אים פארזיכערט צוריק צו קומען צו אים אין די גאר נאנטע צוקונפט מיט א מעגליכע פלאן .
בלויז איין טאג שפעטער איז אנגעקומען א מענטש וועלכער האט זיך אידענטיפיצירט אלס טוביה פרידמאן , וועלכער האט געארבייט באזונדער און אויך צוזאמען מיט שמעון וויזענטאהל .
פרידמאן האט אנערקענט , אז דא איז פאראן א פאטענציאלער גאר וויכטיגער נאצישער פיגור , און ער האט זיך אונטער גענומען ארויס צו העלפן זונדל רעכטמאן מיט זיין ציל צו ברענגען זיינע עלטערן צו קבר ישראל .
פרידמאן האט זיך אריין געלייגט אין די סיטואציע און ער האט ארויס געברענגט קיין אפסטעיט צוויי יונגע פוילישע אפשטאמיגע אידן , איינער איז געווען א מאן אין די צווייטע איז געווען א פרוי וועלכע זענען געווען פון זיינע אגענטן און זיי האבן זיך ביידע אנגעגעבן אלס האום אטענדענט עקספערטן , וועלכע זענען געווען אין זייער היימלאנד מעדיקאמענטן מיט שטארקע ערפארענהייט אין מעדיצינישע פראצעדורן .
זיין מזל האט אים צוגעשפילט און ווען די אינשורענס פון דזשאו האט אויפגעהערט צו באצאהלן די מעדיקל בילס פאר די ריהאביליטאציע צענטער . האט ענדי אנגעהויבן צו זוכן פאסיגע מענטשן וועלכע זאלן קענען דינען אלס האום אטענדענט פאר זיין טאטע .
ער האט באלד באקומען פון די עמפלאוימענט עדזשענסי די קאנטאקט אינפארמאציע פון די צוויי אידישע יונגען וועלכע זענען אויך געווען
רעגיסטרירט אז זיי זענען זייער גוט באקאנט אין די פוילישע שפראך .
אין יעצט ליינט ווייטער
ענדי האט גענומען ביידע פאר אן אינטערוויו , ביז ער האט באשלאסן , אז דער מאנס פערזאן וועט זיין דער פאסיגער קאנדידאט , צו קענען ארבייטן מיט זיין טאטע און די פרוי האט אים גאר איינגערעדט , אז זי קען זייער גוט פיזישע טעראפי און דערפאר האט ער איר אויך באשטעלט פאר עטליכע מאל אין די וואך צו ארבייטן מיט זיין טאטע אין די צייט וואס דער יונגער פוילישער האט באקומען א שטוב אין זיין הויז צו בלייבן דארט וואוינען און זיך אפגעבן טאג און נאכט מיט זיין טאטע , ווען ס ' וועט זיך נאר נויטיגן .
דער יונגער פאלאק , וועלכער איז פאקטיש געווען א איד , האט זיך אנגעגעבן אלס לעך סלאטעסקא און די פרוי אלס מאריא און ביידע האבן גערעדט א פליסיגן פויליש און געשפילט ווי זיי זענען ריכטיגע שונאי ישראל .
לעך סטאלעסקא , וועלכער איז בלויז באקאנט מיט זיין ריכטיגער אידישער נאמען מאיר ציגלער , האט געהאט א באזונדערע האס סיי צו פוילישע גוים און אוודאי אויך צו דייטשע אדער דייטשע סימפאטיקער .
שמוסענדיג מיט דזשאו , וועלכער האט געמיינט , אז ער רעדט מיט א ריכטיגער פוילישער גוי פון די שטאט קראקא , האט ער ארויס באקומען פון אים פאמעליך איבער זיין קאאפעראציע מיט די נאציס אין די שטאט אגאסטאו און מאיר ציגלער , האט אים גאר איינגערעדט , ווי ער מיט זיין טאטע , האבן ארויס געהאלפן די נאציס צו קענען געפונען יעדן באהאלטענעם איד פון די שטאט קראקא , ביז די שטאט איז גענצליך ליידיג געווארן פון זיי .
ער האט דערציילט א ( באבע מעשה ) ווי אזוי ער האט געמוזט אנטלויפן ביים ענדע מלחמה ווען די רוסן זענען אריין געקומען , ווייל ער האט מורא געהאט פון די קאמוניסטן , אבער זיין טאטע האט נישט געקענט באווייזן צו אנטלויפן און ער איז טאקע אומגעברענגט געווארן דורך די רוסן .