א גוטן , משה , וואס האט אייך געמאכט אריינגיין אין די פילפארביגע און זאפטיגע אינדוסטרי פון אויסשטעלן פרוכט ?
איך קום שוין פון עפעס וואס פארמאגט כמעט אומענדלאזע קאלירן . איך בין געווען אן ארטיסט אסאך פאר איך האב זיך אריינגעלייגט אין די פרוכט ביזנעס . איך טו ארט און איך מאך פעינטינגס פאר גרויסע אוונטן , פאר שולן , פאר רעסטוראנטן , פאר הייזער און פאר נאך אינטערעסאנטע פראיעקטן .
מיט יארן צוריק , האב איך געזוכט א זייטיגע דשאב חוץ מיין געווענליכע פעינטינגס , און איך האב אנגעהויבן צו ארבעטן פאר א פרוכט געשעפט אין ארץ ישראל . איך האב דאן נישט גע ' חלומ ' ט אז איך וועל נאך איין טאג ציען א שטריך צווישן די צוויי פאכן וועלכע האבן אויסגעזען גענצליך אפגעטיילט אין מיינע אויגן .
פינף יאר האב איך געארבעט אין די פרוכט געשעפט . דורכאויס די גאנצע צייט האבן מענטשן מיר געהאלטן אין איין בעטן איך זאל זיי מאכן שיינע פרוכט טעצער ( platters (. fruit אזוי האב איך אנגעהויבן צוביסלעך צו מאכן שיינע פרוכט טעצער .
דערנאך האב איך ארויסגענומען א בעיסמענט און אנגעהויבן מער אויסצושטעלן שיינע פרוכט טעצער
פאר שמחות און פאררופן מיין ביזנעס אונטער ' ן נאמען " פרי יוקר ". א וויילע שפעטער האב איך זיך געצויגן אהער קיין ניו יארק .
דא פאקוס איך מער אויף די ארט חלק פונעם ביזנעס . איך דעליווער נישט קיין קליינע טעצער , איך נעם נאר אן גרויסע באשטעלונגען , איך גיי אראפ אינעם קיך פונעם זאל וואו די אויסשטעלונג וועט שפעטער דארפן ווערן אויסגעלייגט , און דארט מאך איך עס גרייט .
קענט איר אריינגיין אין דעטאלן איבער עטליכע פון אייערע פראיעקטן דא אין אמעריקע ?
זיכער .
משה שלעפט ארויס א זאמלונג פון בילדער וואס האבן פאראייביגט די פראכט פון זיינע פראיעקטן , אונזער אויג פאלט אויף איין ספעסיפישן סצענע , און מיר בעטן משה זאל אונז דערציילן מער איבער דעם .
די סצענע איז עפעס אויסטערליש הערליך ! וואו איז דאס ? פארוואס איז דאס ? און פאר וועמען איז דאס ?