דאס האב איך אויפגעשטעלט אין פלארידא , טאקע אויף א חמשה עשר בשבט אוונט . עס איז דאן פארגעקומען א שאו אין פלארידא , און עמיצער וועלכע האט געוואלט פארשטעלן זיינע פראדוקטן אויף אן איקאנישע אופן האט מיר גערופן ( ער האט פארקויפט וויטאמינען און די נאמען פון זיין פירמע איז איינגעקריצט אויף איינע פון די וואסערמעלאנעס (. בעסער געזאגט דער פארטי פלענער וועמען דער אייגנטימער האט געדינגען האט באשטעלט פון מיין פירמע די פרוכט אויסשטעל .
דאס איז געווען גאר א קאמפליצירטע פראיעקט . די אוונט איז דאך פארגעקומען אונטער די פרייע הימל , און איך האב נישט געהאט קיין קיך וואו צו ארבעטן . איך האב געמוזט אלעס אויפשניידן און אויפשטעלן אין א הויז , און דערנאך צאמפאקן אלע פרוכט און דערנאך אלעס צוריק
אויפשטעלן אויף די סצענע פונעם שאו .
די הערליכע ביימער אינעם גארטן האבן א געוואלד צוגעגעבן צו די גאנצע עפעקט . אזוי אויך , די טישן וואס איר זעט האט מען ספעציעל געלאזט באשטעלן אז די פרוכט זאלן זיך קענען באווייזן מיט זייער פולסטן פראכט .
אויב איר האט גרינטליך באטראכט די בילדער , און באמערקט די ווארט " Trump " אויפן גרויען ראוד , מיינט נישט אז אייערע אויגן האבן אייך אפגענארט וויבאלד די ווארט " טראמפ " האט אזויפיל צירקילירט אין די לעצטע וואכן …
די אותיות פון טראמפ ' ס נאמען זענען ווירקליך געווען דארט אויפגעשריבן אויפ ' ן ערד וויבאלד די גארטן איז א חלק פון איינע פון טראמפ ' ס האטעלן . די געוויסע האטעל , האט שוין געפראוועט אסאך שמחות און
שאוס אויף אירע באדנס .
וואס איז די רויטע שטעכעדיגע פרוכט וואס ליגט אויסגעלייגט העכער די טרויבן און ביי די עקן פון די טישן ?
דאס איז א פרוכט וואס הייסט ליטשי , דאס איז דא צו באקומען אין פלארידא , אין ארץ ישראל . מען קען עס אויך קויפן אין ניו יארק און אין אנדערע פלעצער , אבער אין ארץ ישראל און אין פלארידא איז עס גרינגער צו באקומען . די פרוכט איז ארומגענומען מיט אזא רויטע הארטע צודעק וואס געבט דעם איינדרוק ווי א האריגע פעל . אינעווייניג איז די פרוכט פליסיג , זיס און געשמאק .
וויפיל צייט האט איר אוועקגעגעבן פאר די פראיעקט ?