2 5 25 | Page 110

דריי גאנצע טעג . עס האט געדויערט א פולע טאג צו איינקויפן די פרוכט ; איך בין אראפגעגאנגען צו א ספעציעלע געשעפט וואס דעליווערט פאר אסאך פרוכט געשעפטן . די קומענדע גאנצע טאג האב איך – אינאיינעם מיט עטליכע ארבעטערס – געשניטן די פרוכט . דאן האב איך אויך דארט געשפענדעט דער דריטער טאג , די טאג פונעם שאו , איך בין אנגעקומען אויפן פלאץ עטליכע שעה פריער אויסצושטעלן די פרוכט אז עס זאל זיין גרייט ווען מענטשן קומען אן , און דערנאך בין איך געשטאנען דארט די גאנצע צייט עס צו פאררעכטן און אויפהאלטן ווען מענטשן האבן גענומען דערפון .
ווען מען באטראכט די אויסשטעל קען מען נישט אויפכאפן פון וויפיל צענדליגער פרוכט מען רעדט דא . מיר האבן גענוצט אסאך מער פרוכט ווי עס זעט אויס , אויך האבן מיר גענוצט אסאך פרוכט צו מאכן דשוסעס און אינטערעסאנטע פארעמס .
קענט איר אויסרעכענען פרוכט וואס איר האט גענוצט ?
איך קען פרובירן … מיר האבן גענוצט צוויי סארט ליטשיס , דראגאן פרוכט , סטארס , מאנדערינס , passion פרוכט , סאברא און אויך אסאך בעסיק פרוכט אזויווי קיווי , מאנגא , מעלאנע קענטעלאפ און פאפיע .
עס זענען געווען אסאך פרוכטן וואס מען האט געקענט מאכן א שהחיינו .
וויפיל מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי די שאו ?
אפאר הונדערט מענטשן .
וויפיל פרוכט זענען איבערגעבליבן ?
קעגן וויפיל מען האט אנגעגרייט איז איבערגעבליבן גאר ווייניג , אבער דאך איז עס געווען א באדייטפולע צאל . מען האט געשיקט די איבערגעבליבענע פרוכט צו א שול אז די ארטיגע מתפללים זאלן קענען הנאה האבן דערפון .
און עפעס פידבעק האט איר באקומען ?
יא גאר שטארקע פידבעק , עס איז געווען איינע פון מיין סאמע שענסטע פראיעקטן פון פרוכט .
און אצינד זענען מיר גרייט צו הערן איבער נאך א פראיעקט …