די דאזיגע אויסשטעל געבט עפעס א מורא ' דיגע עפעקט ! וואו איז דאס ? ווען איז דאס ? וועמען אדרעסירט דער " מזל טוב " וואונטש אריינגעקריצט אינעם וואסער מעלאנע ?
דאס איז ביי א חתונה אין וויליאמסבורג , מיט בערך דריי יאר צוריק , ווען איין שותף האט באשטעלט די גראנדיעזע אויסשטעלונג פאר ' ן צווייטן שותף אין די טאג וואס דער צווייטער שותף האט חתונה געמאכט .
דאס אלעס שטעלט איר אויף אין זאל ? ווילאנג געדויערט עס ?
יא , אלעס ווערט געטון אין זאל , און עס האט געדויערט א גוטע פאר שעה אנצוגרייטן .
וואס זענען די דעטאלן ארום די אויסשטעל ?
דאס איז ביי א חתונה וואס איז אויסגעפאלן אויך אום חמשה עשר בשבט . עס זענען געווען אסאך זאכן אריינגעקריצט אויף די וואסערמעלאנעס , און אויך פילע באזונדערע טעלערלעך . די צענטער האט געהאט די אויסקוק פון א וויינגארטן , מיט עכטע טרויבן וואס זענען אראפגעהאנגען צווישן די עכט אויסזעענדע – אבער פאלשע – בלעטער .
דאס איז פארגעקומען מיט א יאר צוריק , און עס האט געדויערט א גאנצע טאג דאס אנצוגרייטן .
וואס איז די געשיכטע אונטער די פראיעקט ?
דאס איז געווען עפעס גאר גרויס . איינער האט עס באשטעלט פאר זיין חבר אין די טאג וואס זיין חבר האט חתונה געמאכט . די לאגא פון ביידע פירמעס ( פון דער בעל שמחה און פון דער וועלכע האט עס באשטעלט )