זענען געווען אויסגעקריצט אינעם מעלאנע .
דאס איז געווען מיט דריי יאר צוריק און איך בין אראפגעקומען אויפן פלאץ פאר עטליכע שעה עס אנצוגרייטן .
ווען איז די אויסשטעלונג פרעזענטירט געווארן ?
דאס איז געווען ביי אן אוונט פאר די קעטסקילס הצלה מיט צוויי א האלב יאר צוריק . די אוונט איז פאררופן געווארן אלץ א פארברייטערונג פאר א צדקה קאמפיין וואס די ארגאניזאציע האט אונטערגענומען .
די אויסשטעלונג האט געדינט מער אלץ א חלק פון די פראפס ווי איידער א חלק פון די עסן פארציעס , וויבאלד עס איז דאן געווען גאר א גרויסע עולם און עס וואלט נישט געקלעקט … דאס הייסט אז די פרוכט וואס איך האב אויפגעשטעלט , האט בלויז צוגעלייגט קאליר צום מעמד אבער עס איז נישט געווען אריינגערעכנט אין דעם עסן מעניו .
אין די צענטער ליגט די דראגאן פרוכט , אדער ווי מאנכע רופן עס " די ווייסע פרוכט מיט שווארצע פינטעלעך ", פארוואס זעט מען די פרוכט אזוי ווייניג ?